אַ נײַ ליד פֿון לאה ראָבינסאָן

קוועטשט אונטן, כּדי צו לייענען דאָס נײַע ליד פֿון לאה ראָבינסאָן

אַן אומגעריכט באַגעגעניש מיט אַ געזעמל זעלטענע און גאָר אַלטע ביכער

Posted in פּאָעזיע | Tagged | 1 Comment

דרײַ לידער פֿון שמואל נײַדאָרף

קוועטשט אונטן, כּדי צו לייענען די נײַע לידער פֿון שמואל נײַדאָרף

לידער פֿון שמואל נײַדאָרף

Posted in פּאָעזיע | Tagged | Leave a comment

יוגנרטוף גייט אין מוזיי

זונטיק, דעם 27סטן יוני, האָט יוגנטורף דורכגעפֿירט אַ “טור” אינעם מעטראָפּאָליטאַן־מוזיי. אַ 15־20 ייִדישיסטן זײַנען געקומען, אַרײַנגערעכנט קינדער און גאַנצע משפּחות, ווי אויך די יונגע־לײַט אינעם בילד אונטן. נאָך אַ וויזיט אין די גריכישע, רוימישע, און מצרישע גאַלעריעס, האָבן מיר געזען עטלעכע עקספּאָנאַטן פֿונעם ייִדישן און דײַטשישן מיטל־עלטער, צווישן זיי — מסתּמא די עלטסטע ייִדישע אײַנשריפֿט אויף דער וועלט, פֿון אַרום 1460. דערנאָך זײַנען די יונגע־לײַט אַוועקגעגאַנגען פֿאַרברענגען אין קאַרל שורץ־פּאַרק בײַם טײַך — אַ מחיה!

יוגנטרוף אינעם מעטראָפּאָליטאַן־מוזיי

Posted in אונטערנעמונגען | Leave a comment

שרײַבקרײַז מיטוואָך, דעם 30סטן יוני

Advertisement for Shraybkrayz

Posted in אונטערנעמונגען | Leave a comment

בײַ דער אַרבעט פֿאַרמיטלונג

קוועטשט אונטן, כּדי צו לייענען די נײַע געשיכטע פֿון לייזער בורקאָ

בײַ דער אַרבעט־פֿאַרמיטלונג

Posted in מעשׂיות | Leave a comment

דעם קעניגס האַרץ

פֿרעגט אסתּר װ. מכּוח שעקספּירס אַ שורה׃

אײנע אַן אױסגאַבע פֿון ‘דער קעניג ליר’ אױף ייִדיש הײבט זיך אָן בזה־הלשון׃

“איך האָב געמײנט, אַז דעם קעניגס האַרץ איז מער גענײגט צום הערצאָג פֿון אַלבאַני, װי צו קאָרנװאַלן.”

װאָלט עס נישט געדאַרפֿט שטײן “דער קעניגס האַרץ”, צי “די”, אַנשטאָט “דעם”? (איך װײס נישט װאָס ס׳איז דער מין פֿונעם װאָרט “האַרץ”, נאָר ס׳איז דער סוביעקט אָדער נאָמינאַטיװ אינעם דאָזיקן זאַץ, און “דעם”, אױב איך האָב נישט קײן טעות, איז אַקוזאַטיװ אָדער דאַטיװ.)

מײַן ליבע אסתּר,

נישט מיר האָבן דאָ צו טאָן מיטן נאָמינאַטיװ און נישט מיטן אַקוזאַטיװ, נאָר גאָר מיטן פּאָסעסיװ. דעם פּאָסעסיװ (אָדער געניטיװ) באַנוצט מען אין אַ פֿאַל װען מע װיל װײַזן װעמען עפּעס געהערט. דאָ למשל געהערט דאָס האַרץ דעם קעניג. אַ פּאָר בײַשפּילן׃

  • דעם קעניגס האַרץ (קעניג — מאַסקולין)
  • דער קעניגינס האַרץ (קעניגין — פֿעמינין)
  • דעם קינדס האַרץ (קינד — נײטראַל)

װי איר זעט, איז דאָ כּלל נישט שײך דער מין פֿונעם װאָרט “האַרץ” (נײטראַל, אַגבֿ). װיכטיק איז אָבער יאָ דער מין פֿונעם פֿאַרמאָגער פֿונעם האַרץ. דעם פּאָסעסיװ פֿאָרמירט מען מיט אַ סופֿיקס באַהאָפֿטן צום פֿאַרמאָגער, און מע ניצט דעם זעלביקן ארטיקל װי אינעם דאַטיװ (געװענדט, װידער, אינעם מין פֿונעם פֿאַרמאָגער). דאָס זעלביקע קען מען אױסדריקן מער “אַנאַליטיש” אױך׃

  • דאָס האַרץ פֿון דעם קעניג
  • דאָס האַרץ פֿון דער קעניגין
  • דאָס האַרץ פֿון דעם קינד

אָט זעט איר װי די אַרטיקלען זענען די אײגענע װאָס אינעם פּאָסעסיװ.

היט זיך׃ דעם פּאָסעסיװ ניצט מען נאָר װען דער “פֿאַרמאָגער” איז אַ באַלעבטע באַשעפֿעניש. אַזױ אַז מע זאָגט נישט דעם פּלאַנס חסרונות, נאָר די חסרונות פֿונעם פּלאַן.
און אַצינד, אסתּר, קענט איר װײַטער לײענען דאָס גרױסע װערק פֿונעם ענגלישן גאון מיט אַ רויִקן קאָפּ.

מקורים׃

  • יודל־מאַרק, ”גראַמאַטיק פֿון דער ייִדישער כּלל־שפּראַך“, זז׳ 178-9
  • אוריאל װײַנרײַך, ”קאַלעדזש ייִדיש“
Posted in ייִדיש־לשון, שאלות־ותּשובֿות | Tagged , , | Leave a comment

פֿינף קרוטשעניכעס — פֿון לאה ראָבינסאָן

קוועטשט אונטן, כּדי צו לייענען די נײַע לידער פֿון לאה ראָבינסאָן

פֿינף קרוטשעניכעס

Posted in פֿאַרשידנס | Leave a comment

באַנאַנע־פֿיש און פֿידלרויס — פֿון שמואל נײַדאָרף

קוועטש אונטן, כּדי צו לייענען דאָס נײַע ליד פֿון שמואל נײַדאָרף

באַנאַנע־פֿיש און פֿידלרויז

Posted in פֿאַרשידנס | Leave a comment

די שוואַרצע רעדע — פֿון ראָבערט קוקסאָן

קוועטש אונטן, כּדי צו לייענען די נײַע מעשׂה פֿון ראָבערט קוקסאָן

די שוואַרצע רעדע

Posted in פֿאַרשידנס | Leave a comment

אוריאל ווײַנרײַך און לויִס קאַראָל — פֿון שמואל נײַדאָרף

קוועטשט אונטן, כּדי צו לייענען דאָס נײַע ליד פֿון שמואל נײַדאָרף

אוריאל ווײַנרײַך און לויִס קאַראָל

Posted in פֿאַרשידנס | Leave a comment