יוגנרטוף גייט אין מוזיי

זונטיק, דעם 27סטן יוני, האָט יוגנטורף דורכגעפֿירט אַ “טור” אינעם מעטראָפּאָליטאַן־מוזיי. אַ 15־20 ייִדישיסטן זײַנען געקומען, אַרײַנגערעכנט קינדער און גאַנצע משפּחות, ווי אויך די יונגע־לײַט אינעם בילד אונטן. נאָך אַ וויזיט אין די גריכישע, רוימישע, און מצרישע גאַלעריעס, האָבן מיר געזען עטלעכע עקספּאָנאַטן פֿונעם ייִדישן און דײַטשישן מיטל־עלטער, צווישן זיי — מסתּמא די עלטסטע ייִדישע אײַנשריפֿט אויף דער וועלט, פֿון אַרום 1460. דערנאָך זײַנען די יונגע־לײַט אַוועקגעגאַנגען פֿאַרברענגען אין קאַרל שורץ־פּאַרק בײַם טײַך — אַ מחיה!

יוגנטרוף אינעם מעטראָפּאָליטאַן־מוזיי

This entry was posted in אונטערנעמונגען. Bookmark the permalink.

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *