Category Archives: פֿאַרשידנס
ס׳איז אַרױס אַ נײַער נומער יוגנטרוף!
נאָך לאַנגע חדשים אַרבעט זענען מיר שטאָלץ צו אַנאָנסירן אַז מ’האָט אַרױסגעגעבן אַ נײַעם נומער יוגנטרוף. מ’קען באַשטעלן אַן עקזעמפּלאַר סײַ װי אַ געדרוקטע אױסגאַבע און סײַ װי אַן עלעקטראָנישע אָט דאָ.
סטוטשקאָוו און דער גרויסער ווערטערבוך
רעדע פֿון לייזער בורקאָ אין שלום עליכם־צענטער, דעם 30סטן יאַנואַר 2011
לייזער בורקאָס דעביוט אין פֿאָרווערטס
אַ קאָשמאַר איין טאָג האָט לייזער זיך אויפֿגעכאַפּט און זיך עפּעס ניט געפֿילט ווי תּמיד. אָנגעהויבן, ווי יעדן אינדערפֿרי, זאָגן “מודה אַני”, איז אים די תּפֿילה ערגעץ פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, איידער ער האָט זי געקענט אַרויסזאָגן. זײַן האַנט האָט געטאַפּט לעבן … Continue reading
עמיל קאַלינס דעביוט אין פֿאָרווערטס
ערשטע מלחמה־נאַכט די לופֿט אין יענער צײַט איז געווען אָנגעלאָדן מיט פּולווער. די איראַקישע אַרמיי האָט אײַנגענומען קוּוועיט מיט אַ פּאָר חדשים פֿריִער. די וועלט האָט בשום־אופֿן נישט געקענט מאַכן שלום מיטן עזות־פּנימדיקן אַרײַנרײַסן זיך אין אַ שכנותדיקער, פֿרידלעכער מדינה, … Continue reading
נײַער נומער “ווײַטער” מיט מעשׂיות פֿון יונגע שרײַבערס
דער נײַער נומער פֿונעם זשורנאַל פֿאַר ייִדיש־תּלמידים “ווײַטער” נעמט אַרײַן מעשׂיות געשריבן פֿון יונגע שרײַבערס, וואָס זײַנען אויך אַקטיווע מיטגלידער פֿון “יוגנטרוף”. ווען דער “פֿאָרווערטס” וועט דרוקן נאָך מעשׂיות און אַרטיקלען פֿון אונדזער קרײַזל, וועט מען זיך קענען פֿאַרבינדן אויך דורך … Continue reading
Finnegans Wake – in Yiddish
Finnegans Wake פֿון אַ גאַנץ וואָך Foreword That every word what here stands in this holy book is holy of holies. Pure secrets of the Torah. One should not think that these are, G-d forbid, simple tales, because the tales … Continue reading
פֿינף קרוטשעניכעס — פֿון לאה ראָבינסאָן
קוועטשט אונטן, כּדי צו לייענען די נײַע לידער פֿון לאה ראָבינסאָן פֿינף קרוטשעניכעס
באַנאַנע־פֿיש און פֿידלרויס — פֿון שמואל נײַדאָרף
קוועטש אונטן, כּדי צו לייענען דאָס נײַע ליד פֿון שמואל נײַדאָרף באַנאַנע־פֿיש און פֿידלרויז