לאָרענץ וועלק

Posted in פּאָעזיע | Tagged | Leave a comment

זאָג כאָטש להבֿדיל׃ נײַע פּאָעזיע פֿון שלום בערגער

שלום בערגער איז באַקאַנט בײַ אַ צאָל יוגנטרופֿיסטן ווי אַ געוועזענער מיטגליד פֿון דער עקזעקוטיווע און אַ לאַנג־יאָריקער באַטייליקטער אויף דער ייִדיש־וואָך. ער זינדיקט אָבער אויך אונטער מיט פּאָעזיע, און האַלט איצט בײַם אַרויסגעבן אַ כּתבֿ־יד ייִדיש און ענגליש פּאָעזיע מיטן טענטאַטיוון טיטל “זאָג כאָטש להבֿדיל.” נייטיקט ער זיך אין אײַערע עצות און פּלייצעס כּדי מקיים צו זײַן דעם פּראָיעקט. דאָ קענט איר זען אַ קליינעם ווידעאָ (אָנגעדרייט פֿון לייזער בורקאָ אױף דער ייִדיש־װאָך און רעדאַקטירט פֿון ליאַנאַ יעלען) מיט אַ סעלעקציע שלומס לידער.

כּדי צו ווערן אַ שטיצער (פּרענומעראַנט) פֿון שלומס ביכל, מיט ספּעציעלע בענעפֿיטן, קליק דאָ.
Posted in פּאָעזיע | Leave a comment

ערשטער חורבן־מוזיי

פּראָפֿ’ דוד פֿישמאַן רעדט וועגן דעם ערשטן חורבן־מוזיי אויף דער וועלט, דער ייִדישער מוזיי אין ווילנע, פֿאַרלייגט באַלד נאָך דער מלחמה, וואָס איז געווען פֿאַרבונדן מיט אַזעלכע וויכטיקע פּערזענלעכקייטן ווי די דיכטערס שמערקע קאַטשערגינסקי און אַבֿרהם סוצקעווער


Continue reading

Posted in געשיכטע, ייִדיש־װאָך | Leave a comment

לכּבֿוד 35 יאָר ייִדיש־װאָך

Posted in ייִדיש־װאָך | Leave a comment

סטוטשקאָװס אוצר אױף אינטערנעץ

איר קענט געפֿינען סטוטשקאָװס אוצר און אַנדערע אינטערעסאַנטע און נוצלעכע מכשירים

אָט אָ דאָ

Posted in רעסורסן | Leave a comment

מאַקס ווײַנרײַך אין פּאַלעסטינע

פּראָפֿ’ בנימין מאָס רעדט וועגן מאַקס ווײַנרײַכס נסיעה קיין פּאַלעסטינע אין די 1930ער יאָרן. רעדע געהאַלטן אויף דער ייִדיש־וואָך 2010


Continue reading

Posted in געשיכטע, ייִדיש־װאָך | Leave a comment

מיכל זאַיאַנץ דערציילט כעלעמער מעשׂיות

ווידעאָס פֿון מיכל זאַיאַנץ אויף דער ייִדיש־וואָך 2010


Continue reading

Posted in ייִדיש־װאָך, מעשׂיות, װיצן | Leave a comment

אַמונדסענס העזה

ראָאַלד אַמונדסען i, אַלט 25 יאָר, אױף זײַן ערשטער עקספּעדיציע, װי דער צװײטער אָפֿיציר פֿון דער בעלגיקאַii עקספּעדיציע (99-1897), די ערשטע װאָס האָט פֿאַרבראַכט אַ װינטער אינעם אַנטאַרקטיק׃

פֿרײַטיק, דעם ערשטן אַפּריל 1898

… דאָס אײַזiii באַװעגט זיך נאָר דורך די השפּעה פֿונעם װינט און איך מײן אַז ס‘איז ניטאָ קײן מין שטראָם. ס‘איז דער גרעסטער באַגער מײַנער, מיטן אָנקום פֿון פֿרילינג, זיך צו פֿאַרנעמען אױף דרום מיט אַ קײַאַקiv פֿאַר צװײ און אַ שליטןv.דאָס אײַז איז אידעאַל דערפֿאַר. בײַ אַזאַ אונטערנעמונג מוז מען זיך צוגרײטן טאָמער מע קען ניט געפֿינען די שיף נאָך אַ מאָל. דער פּלאַן מײַנער גײט אַזױ׃ באַלד װי די זון קומט צוריק װעלן צװײ פֿון אונדז אַרױסגײן אױף דרום מיט אַ לײַכטן קײַאַק פֿאַר צװײ אױף אַ שליטן און פּראָװיאַנט אױף זעקס חדשים. נאָך אַ דרומדיקן מאַרש פֿון זעקס װאָכן װעלן מיר צוריקקערן צו דער שיף צו, מיט אַ פֿריִערדיקן אָפּמאַך װעגן װוּ און װען. דאָס איז ניט אוממיגלעך, נאָר אױך ניט פּשוט. גיכער פֿאַר אַלץ װעלן מיר ניט קענען נאָך אַ מאָל געפֿינען די שיף. נו, אױף דעם פֿאַל װעלן מיר אַרומפֿאָרן אױף דרום־מערבֿ, אַזױ לאַנג װי די צײַט פֿון יאָר דערלױבט. מיטן אָנקום פֿון װינטער װעלן מיר זיך אַװעקשטעלן אױפֿן בעסטן אופֿן אױבן אױף אַ פּאַסיקן אײַזבאַרג. װינטערצײַט דאָרט איז ניטאָ פֿאַר װאָס מורא צו האָבןvi.נאָכדעם װאָס מיר האָבן אױפֿגעשלאָגן דעם לאַגער װעלן מיר זיך פֿאַרזאָרגן אױף װינטער׃ פּענגװינען און ים־הינט. דעם קומעדיקן פֿרילינג װעלן מיר נאָך אַ מאָל אַרומפֿאָרן אױף דרום־מערבֿ ביז מיר געפֿינען יבשה. אױב אַלץ װאָס מיר געפֿינען איז דרום־װיקטאָריע־לאַנדvii, װעלן מיר זעגלען אױף צפֿון מיטן קײַאַק און פֿון די צפֿונדיקע אינדזלען װעלן מיר פּרוּװן דערגרײכן אױסטראַליעviii. דאָס אַלץ װעט אַװדאי געדױערן אַ פּאָר יאָרן אָבער איך האָב ניט קײן ספֿק אַז ס‘איז מיגלעך.

–זז‘ 93-92 פֿון Roald Amundsen’s Belgica Diary, The first scientific expedition to the Antarctic
רעדאַקטירט פֿון Hugo Decleir
Bluntisham Books, Erskine Press, 1999

Roald Amundsen i

Belgica ii

iii ד“ה, דאָס פּאַקאײַז, די צוזאַמענגעדריקטע קריִעס װאָס באַדעקן דעם ים.

kayak iv

v מסתּמא אינספּירירט דורך דער ענלעכער, ניט אַזױ העזהדיק װי “דערגרײכן אױסטראַליע” נאָר גענוג אומגלײבלעך, 96-1893 (ערשטער) נסיעה פֿונעם פֿראַם (Fram), אונטער נאַנסען (Nansen), אַ פּרוּװ לאָזן די שיף אײַנגעפֿרױרן װערן אינעם אײַז אױף צפֿון פֿון סיביר, דרײפֿן מיטן אײַז איבערן צפֿון־פּאָלוס. װען ס‘איז געװען קלאָר אַז די שיף װעט ניט אָנקומען בײַם פּאָלוס, זײַנען נאַנסען מיט יאָהאַנסען (Johansen) אַװעק מיט שליטנס און קײַאַקס, דערגרײכן ביז 86° ’14 אײדער צוריקקערן קײן פֿראַנץ־יאָסעף־לאַנד (Franz Josef Land) און סוף־כּל־סוף אַהײם קײן נאָרװעגיע. געװיס װאָלט אַמונדסען געװוּסט פֿון נאַנסענס נסיעה.

vi דעם 29סטן אַפּריל 1898 שרײַבט ער “נעכטן אײנער פֿון די אײַזבערג ניט װײַט פֿון דער שיף האָט זיך איבערגעקערט. דער סטואַרד, װאָס ער איז געװען צופֿעליק אױפֿן דעק, האָט געזאָגט אַז ער הערט אַ קלאַנג װי קאַנאָנען פֿון דער װײַטנס, װאָס האָט געדױערט פֿינף מינוטן. איך װיל ניט דערלױבן דאָס זאָל שטערן דעם פּלאַן מײַנעם, צו פֿאַרברענגען דעם װינטער אױף אַן אײַזבאַרג.”

און טאַקע האָט ער זיך שפּעטער אַזױ אײַנגעשטעלט, אױפֿשלאָגן פֿראַמהײַם (Framheim), די באַזע פֿאַר זײַן “לױף” צום דרום־פּאָלוס, 12-1910, אױפֿן ראָס־אײַזפֿאַך (Ross Ice Shelf), ניט אַזױ אַן אײַזבאַרג װי אַ שװימענדיקער גלעטשער אַזױ גרױס װי פֿראַנקרײַך, בײַ דער װאַלפֿיש־בוכטע (Bay of Whales), אַן אײַנצײנדלונג אינעם אײַזפֿאַך צוליב דעם װאָס ער פֿלײצט אַריבער איבער רוסװעלט־אינדזל (Roosevelt Island). דאָס ערשטע מאָל געזען פֿון סער דזשעמס קלאַרק ראָס (Sir James Clark Ross) אין 1842. שעקלטאָן (Shackleton) האָט דעם נאָמען געגעבן בעת זײַן עקספּעדיציע פֿון 09-1907; װען ער האָט דערזען עטלעכע נײַע אײַזבערג זיך אַראָפּשפּאַלטן אין דער געגנט, האָט ער באַשלאָסן ניט צו אָנגעטרױען זײַן לאַגער צו דעם אײַז.

דערצו מוז מען צוגעבן, אַז שעקלטאָן איז טאַקע געװען גערעכט, כאָטש פֿאַר דער צײַט מיט 80 יאָר. אין 1987 האָט זיך אַ שטיק פֿונעם אײַזפֿאַך, װוּ אַ מאָל איז געװען פֿראַמהײַם, אַראָפּגעשפּאָלטן, געשאַפֿן אַ טיש־אײַזבאַרג (tabular iceberg) גרעסער װי דער שטאַט ראָד־אינדזל (Rhode Island)

South Victoria Land vii (אָדער פּשוט Victoria Land)

viii האַלטן אין זינען אַז דעמאָלט געפֿינען זײ זיך בײַ 71° ’22 דרום, 84° ’55 מערבֿ, װאָלט דאָס געװען אַ האַלב־אַרומשיף, מיט קײַאַקס, אין דעם דרומדיקן אָקעאַן.

Posted in געשיכטע | Leave a comment

שרײַבקרײַז טרעפֿט זיך דעם 21סטן יולי

Posted in אונטערנעמונגען | Leave a comment

הײַקו

אַ ניט־באַטראַכט לעבן

װאָלט געװען אַ פֿאַרגעניגן

זײַ מוחל, סאָקראַטעס

Posted in פּאָעזיע | Leave a comment