שטראָם

װילט איר אָנפֿירן מיט אַן אַקטיװיטעט אויף ייִדיש? אפֿשר אַ לײענקרײַז, אַ קעגל־אָװנט, אַ שבת, צי גלאַט אַ פֿאַרברענג? גיט אָן אױף שטראָם, אונדזער נײַער פּראָגראַם װוּ איר — די מיטגלידער — זענט די בעלי־ברירה, און קלײַבט אױס װאָסער מין אַקטיװיטעטן איר װילט! אַבי מע נעמט צונױף כאָטש 3 מענטשן, און די אַקטיװיטעט װערט דורכגעפֿירט אין גאַנצן אױף ייִדיש, װעט יוגנטרוף געבן צו שטײַער $25 אַ מענטש (ביז אַ מאַקסימום פֿון $200). שיקט אַרײַן ביזן 15טן יוני אײַערע אַפּליקאַציעס אױף shtrom@yugntruf.org, און גיט אָן מיט װאָס פֿאַר אַן אונטערנעמונג איר װילט אָנפֿירן, אויף װיפֿל מענטשן איר ריכט זיך, און צי איר באַקומט שטיצע פֿון אַן אַנדער מקור. אַ האַרציקן דאַנק דעם מרדכי און טשאַרנע שעכטער־פֿאָנד װאָס שטיצט די פּראָגראַם.

שאלות און תּשובֿות:

1) אױף װעלכע עלטערס איז די פּראָגראַם געצילעװעט?

די פּראָגראַם איז געצילעװעט דערעיקרשט אױף די װאָס זענען ייִנגער פֿון 35 יאָר, אָבער מיר װעלן נעמען אין באַטראַכט אַפּליקאַציעס פֿון יעדן אײנעם.

2) װאָס פֿאַר אַ מין אַקטיװיטעט קען איך אָרגאַניזירן?

די אַקטיװיטעט קען זײַן װאָס איר װילט נאָר — אַבי מען רעדט דערבײַ אױף ייִדיש.

3) װאָסער אינפֿאָרמאַציע דאַרף איך אָנגעבן אין מײַן אַפּליקאַציע?

איר מוזט אָנגעבן אין װאָס עס באַשטײט די אַקטיװיטעט, װען זי װעט פֿאָרקומען, און װיפֿל ייִדיש־רעדנדיקע איר דערװאַרט. איר מוזט אױך לאָזן װיסן אױב איר דערװאַרט פֿינאַנציעלן שטיץ פֿון אַנדערע מקורות.

4) ביז װען מוז איך אַרײַנשיקן די אַפּליקאַציע?

ס’איז ניטאָ קײן טערמין.

5) װיפֿל געלט קען איך באַקומען?

יוגנטרוף װעט געבן צו שטײַער $25 אַ מענטש (ביז אַ מאַקסימום פֿון $200).

6) װאָס מוז איך צושיקן יוגנטרופֿן נאָך דער אַקטיװיטעט?

יוגנטרוף װעט דערװאַרטן פֿון אײַך דרײַ זאַכן: אַ רשימה נעמען, אַדרעסן, און בליצאַדרעסן פֿון די באַטײליקטע, בילדער פֿון דער אונטערנעמונג, און אַ װידעאָ־באַגריסונג פֿון די באַטײליקטע.

7) װי אַזױ קען איך אָנגעבן?

שיקט אַ בליצבריװ מיט דער אַפּליקאַציע (ד״ה, מיט די אױבן־דערמאָנטע פּרטים) אױף shtrom@yugntruf.org.

8) פֿון װאַנען קומט דאָס געלט אױף אַזאַ פּראָגראַם?

אַ דאַנק דער ברײטהאַרציקײט פֿונעם פֿאָנד א״נ מרדכי און טשאַרנע שעכטער, קענען מיר שטיצן די אַקטיװיטעטן. אַז איר װילט געבן צו שטײַער צו שטיצן אַזױנע פּראָגראַמען קענט איר שיקן אַ צושטײַער צום יוגנטרוף און אַ בליצבריװ אױף info@yugntruf.org צו לאָזן װיסן אַז איר װילט אַז דאָס געלט זאָל גענוצט װערן דװקא אױף שטראָם. װי בײַ אַלע צושטײַערן צו יוגנטרוף קען מען דאָס געלט אַראָפּרעכענען פֿון די שטײַערן.