רעגיסטראַציע אױף דער ייִדיש־װאָך

מיט אַלגעמײנע פֿראַגעס װעגן דער ייִדיש־װאָך און רעגיסטראַציע, שטעלט זיך אין קאָנטאַקט מיט מירע־רבֿקהן אויף yvokh@yugntruf.org. מיט טעכנישע פֿראַגעס און קאָמענטאַרן בנוגע דעם דאָזיקן פֿאָרמולאַר, שרײַבט יאַנקל־פּרצן אויף yp@yugntruf.org.

טאָמער האָט איר דעם מינדסטן ספֿק װעגן אײַער רעגיסטראַציע, זײַט אַזוי גוט און שרײַבט אונדז אײדער איר באַצאָלט, װאָרן מיר זענען מחוייבֿ צו צאָלן די קאָסטן פֿון אַ טראַנסקאַציע אַפֿילו װען מיר שיקן דאָס געלט צוריק. 

1. באַטײליקונג

אױב איר װילט אָנפֿירן מיט אַן אַקטיװיטעט, דיסקוסיע, אָדער לעקציע, זײַט אַזוי גוט און פֿילט אױס אָט דעם בױגן.

2. פּערזענלעכע דאַטן

3. מיטגלידערשאַפֿט

אַלע װאָס פֿאַרשרײַבן זיך אױף דער ייִדיש־װאָך מוזן זײַן מיטגלידער פֿון יוגנטרוף. טאָמער האָט איר נאָך נישט באַצאָלט אײַער מיטגלידגעלט אױף הײַיאָר, זײַט אַזױ גוט און טוט דאָס איצט! אויב אַלע רעגיסטראַנטן האָבן שוין באַצאָלט מיטגלידגעלט אויף הײַיאָר, זײַט אַזוי גוט און גיט אַ קוועטש אינעם קעסטעלע אונטן.

4. אױטאָבוס

דער אױטאָבוס פֿאָרט אַװעק 30׃1 נאָך מיטאָג דעם 16טן אױגוסט פֿון 247 װעסט 30סטע גאַס אין מאַנהעטן, ניו-יאָרק.

מיר פֿאָרן אַװעק פֿון קאָפּייק 30׃1 נאָך מיטאָג דעם 22טן אױגוסט צום זעלבן אַדרעס אין מאַנהעטן.

5. באַשטעלן צימערן

גיט אַ קוועטש דאָ כּדי צו זען בילדער און אַ פֿאַרגלײַכונג פֿון די צימערן. (נגבֿ און כּנען הײסן דאָרט Berkshire Rooms, תּל־אָבֿיבֿ הײסט Lodge Rooms, און ירושלים און גן־עדן הײסן Pool House Rooms.)

מאַפּע פֿון צימערן

פֿאַר קינדער פֿון 3 יאָר און ייִנגער דאַרף מען קײן אָרט אין צימער נישט באַשטעלן, אָבער פֿאַרגעסט נישט זײ צו פֿאַרשרײַבן מיטן נאָמען און עלטער אויבן אונטער דער רובריק „פּערזענלעכע דאַטן“, מיר זאָלן װיסן אַז זײ קומען!

אויב צװישן די רעגיסטראַנטן זענען דאָ אַזעלכע װאָס זענען ערשטמאָליקע אָנטײלנעמער אין דער ייִדיש־װאָך, טוט אַ קװעטש בײַ דער באַשטעטיקונג אונטן צו קריגן אַ הנחה פֿון 15% אויף זײערע צימערן! (אויב נישט אַלע רעגיסטראַנטן זענען ערשטמאָליקע, זײַט אַזוי גוט און רעזערװירט זײערע צימערן באַזונדער, אַ קװעטש טוענדיק אונטן אויפֿן טעקסט „פֿאַרשרײַבט זיך אױף נאָך אַ צימער...“.)

פּרײַז פֿון צימערן און װיפֿל בלײַבן לײדיק

פֿאַרשרײַבט זיך אױף נאָך אַ צימער...


דאָ קען מען זיך פֿאַרשרײַבן אױף נאָך אַ צימער:

פֿאַרשרײַבט זיך אױף נאָך אַ צימער...


דאָ קען מען זיך פֿאַרשרײַבן אױף נאָך אַ צימער:

פֿאַרשרײַבט זיך אױף נאָך אַ צימער...


דאָ קען מען זיך פֿאַרשרײַבן אױף נאָך אַ צימער:

6. הנחה

אויב מען האָט אײַך געגעבן אַ הנחה־קאָד קענט איר אים דאָ אַרײַנגעבן.

7. צושטײַער
8. נאָך עפּעס?
9. באַװאָרענישן