ייִדיש־לערער־סעמינאַר

באַטײליקט זיך אין פּעדאַגאָגישע װאַרשטאַטן און לעקציעס אױף יוגנטרופֿס ייִדיש־װאָך אין בערקשיר־הילס אײַזענבערג־קעמפּ, קאָפּייק, ניו־יאָרק, דעם 16טן – 22סטן אױגוסט, 2016.

אַן אײנװאָכיקער ייִדיש־לערער־סעמינאַר, אָנגעפֿירט פֿון ד״ר שבֿע צוקער, אין אַ דורכױס ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה מיט כּשר עסן. די סטיפּענדיעס — פֿאַר 8 – 10 ייִדיש־לערערס אין אוניװערסיטעטן, ייִדישע שולן, ייִדיש־קלובן, און קורסן פֿאַר דערװאַקסענע — דעקן כּמעט אַלע הוצאָות אױף דער גאַנצער װאָך, אַרײַנגערעכנט דעם צימער, עסן, און אַלע לערנטעקסטן און מאַטעריאַלן. מיר קענען ניט דעקן קײן פֿאָר־הוצאָות. (די װאָס האָבן זיך באַטײליקט אין די סעמינאַרן אין 2011 און 2013 מעגן הײַיאָר ניט אָנגעבן אַפּליקאַציע אױף סטיפּענדיע אָבער מעגן יאָ צאָלן און זיך באַטײליקן.)

  • באַקענט זיך און טײלט זיך מיט פּעדאַגאָגישע מעטאָדן און מאַטעריאַלן צוזאַמען מיט אײַערע קאָלעגן
  • געפֿינט אַ װאַרעמע סבֿיבֿה אין װעלכער דורכצורעדן אײַערע פּעדאַגאָגישע פּראָבלעמען, געדאַנקען און פּלענער.
  • פֿאַרברענגט אױף דאַטשע אין אַ דורכױס ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה

אַפּליקאַציע געשלאָסן

אַפּליקאַציע־טערמין: דעם 17טן יוני 2016

לײענט װעגן דער ייִדיש־װאָך און גיט אַ קוק אױף אַן אַרטיקל אינעם פֿאָרװערטס װעגן אַ פֿריִערדיקן לערער־סעמינאַר.

אױב איר האָט קשיות מכּוח דער אַפּליקאַציע צי דעם סעמינאַר טוט אַ פֿרעג בײַ:

יאַנקל־פּרץ בלום (קאָאָרדינאַטאָר), lererseminar@gmail.com

דער ייִדיש־לערער־סעמינאַר װערט געשטיצט פֿון דער פֿונדאַציע א״נ נעמי פּראַװער קאַדאַר ז״ל.

8A_Naomi_foundation_yiddish