סטיפּענדיע־אַפּליקאַציע: ייִדיש־לערער־סעמינאַר אױף יוגנטרופֿס ייִדיש־װאָך 2016

ברײטהאַרציק סובסידירט פֿון דער נעמי־פֿונדאַציע

אַפּליקאַציע־טערמין: דעם 17טן יוני 2016

איר קענט אָדער אױספֿילן די אַפּליקאַציע דאָ אױפֿן װעבזײַטל אָדער אַראָפּלאָדן, אױספֿילן, און שיקן צו: lererseminar@gmail.com.

ענטפֿערט אױף די פֿראַגעס. זײַט אַזױ גוט, שרײַבט אױף ייִדיש (מיט ייִדישע צי מיט לאַטײַנישע אותיות).

אין אַלע פֿעלדער קאָלירט אױף העל בלאָ קענט איר שרײַבן אין ייִװאָ־טראַנסקריפּציע מיט לאַטײַנישע אותיות און עס װעט אױטאָמאַטיש אַרױסקומען מיט ייִדישע אותיות. װי אַזױ שרײַבט מען לשון־קודשע אותיות?

אַז איר װילט דװקא שרײַבן מיט לאַטײַנישע אותיות, קװעטשט אױפֿן דאָזיקן קנעפּל:

    נאָמען

    אַדרעס

    טעלעפֿאָן

    בליצאַדרעס

    1. צי אַרבעט איר איצט װי אַ ייִדיש־לערער? אױב יאָ, אין װאָס פֿאַר אַ קלאַס(ן)?

    2. צי פֿירט איר אָן מיט אַ ייִדיש־קרײַז אָדער ־קלוב? אױב יאָ, װוּ? באַשרײַבט אין קורצן װאָס די גרופּע טוט.

    3. איז ייִדיש־לערערײַ אײַער הױפּטאַרבעט אָדער האָט איר אַנדערע פּרנסות אױך?

    4. באַשרײַבט אין קורצן אײַער אײגענע: (א)ייִדיש־דערציִונג (ב) ייִדישע דערציִונג:

    5. צי האָט איר אַ מאָל גענומען פּעדאַגאָגישע קורסן אין שפּראַך־לערערײַ?

    6. װאָס פֿאַר אַ פּראַקטיקע האָט איר געהאַט װי אַ ייִדיש־לערער?

    7. װאָס װאָלט איר געהאָפֿט אַרױסצובאַקומען פֿון אַזאַ סעמינאַר?

    8. װאָלט איר געקענט קומען אָן אַ סטיפּענדיע אָדער אָן אַ פֿולער סטיפּענדיע?

      יאָנײן

    9. װעלכע פֿון די אױסגערעכנטע פּעדאַגאָגישע טעמעס װאָלט איר געװאָלט אַרומרעדן? שרײַבט לעבן יעדער טעמע אַ נומער:

      • מעטאָדיק פֿון לערנען אַ צװײטע שפּראַך

      • שאַפֿן אַ לערנפּלאַן

      • די ראָלע פֿון גראַמאַטיק אינעם שפּראַך־לימוד

      • אַרײַננעמען קולטור אינעם שפּראַך־לימוד

      • דאָס לערנען ליטעראַטור װי אַ טײל פֿונעם שפּראַך־לימוד

      • ניצן טעכנאָלאָגיע בײַם לערנען ייִדיש

      • װי אַזױ און װען אָפּצושאַצן די לערן־רעזולטאַטן פֿון די סטודענטן

      גיט צו אַנדערע טעמעס װאָס פֿאַראינטערעסירן אײַך

    10. נעמען און קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע פֿון צװײ רעקאָמענדירערס (מוז נישט דװקא זײַן אין פֿעלד פֿון ייִדיש)