ייִדיש־שבת אין באָלטימאָר

פֿרײַטיק דעם 22סטן ־ שבת דעם 23סטן אַפּריל, 2011 (חול־המועד פּסח)

קומט פֿאַרברענגט מיט פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש אין דזשאָנס־האָפּקינס־אוניװערסיטעט!

די פּראָגראַם (אױף ייִדיש און ענגליש) װעט געדױערן דעם גאַנצן שבת (פֿון פֿרײַטיקצונאַכטס ביז שבתצונאַכטס) און נעמט אַרײַן, צװישן אַנדערע:

שלום בערגער: פּסח־װערטלעך

מאַרק קאַפּלאַן: דיסקוסיע אַרום אַ ייִדישער מעשׂה

חסידישע ברעטלשפּילן

די פּראָגראַם נעמט אױך אַרײַן אַלע שבתדיקע סעודות (אומזיסט פֿאַר באַטײליקטע װאָס קומען פֿון דער װײַטנס, אָבער איר מוזט זיך פֿאַרשרײַבן)

אױב איר קומט פֿון דער װײַטנס און יר דאַרפֿט װוּ צו שלאָפֿן, פֿאַרבינדט זיך מיט אונדז!נאָך פּרטים געפֿינען זיך אױף פֿײסבוק.

רעגיסטראַציע און װײַטערדיקע פּרטים: ברוכה קאַפּלאַן.

די פּראָגראַם װערט געשטיצט דורך דעם דזשאָנס־האָפּקינס־הלל און דורך דעם לענאַרד און העלען ר. סטולמאַן פּראָגראַם אין ייִדישע שטודיעס.