‫פראָגראַמען

די ייִדיש־װאָך

אױף דער ייִדיש־װאָך קומען צוזאַמען יעדעס יאָר אין סוף אױגוסט אַ 150 ייִדיש־רעדנדיקע פֿון איבער דער גאָרער װעלט בכדי צו פֿאַרברענגען אַ װאָך בלױז אױף ייִדיש. דאָרט קען מען אָנטײל נעמען אין כּל־המינים אַקטיװיטעטן׃ רעפֿעראַטן, מוזיק, ספּאָרט, טעאַטער, קונסט, וכו’, וכו’. און דער עולם איז זײער אַ פֿאַרשידנאַרטיקער׃ פֿון אַלע דורות, פֿרומע און פֿרײַע, ייִדן װי אױך נישט־ייִדן.

סבֿיבֿות

סבֿיבֿות זענען אַזעלעכע אומפֿאָרמעלע פֿאַרברענגנס װוּ ייִדיש רעדערס און סטודענטן קומען צוזאַמען און שמועסן, עסן, און באַקענען זיך אײנס מיטן אַנדערן. כּדי אױסצוגעפֿינען װען ס’װעלן פֿאָרקומען די קומעדיקע סבֿיבֿות, גיט אַ קוק אױף אונדזער גוגל קלאַענדאַר. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע אָדער אױב איר װאָלט זיך געװאָלט אונטערנעמען צו האַלטן אַ סבֿיבֿה בײַ זיך אין דער הײם, שיקט אַ בריװ אױף svives@yugntruf.org.

ייִדיש־ברײק

צום זעקסטן יאָר שטעלט יוגנטרופֿס ייִדיש־ברײק צו יונגע ייִדיש־רעדערס און אָנהענגערס אַ געלעגנהײט אױפֿן קאַמפּוס צו פֿאַרברענגען אױף אַ סוף־װאָך פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור װאָס איר װעט נישט פֿאַרגעסן!

אױף ייִדיש־ברײק, קומען היגע קאַלעדזש־סטודענטן און יונגעלײַט צו הערן סעמינאַרן, עסן, שמועסן, שפּילן זיך, זיך באַטײליקן אין װאַרשטאַטן, זינגען לידער, טאַנצן, און קוקן אױף פֿילמען—אַלץ אױף ייִדיש און אױף ענגליש. כּשרע מאָלצײַטן שטעלן מיר צו, נאָר דאָס אײַנשטײַן איז אײַער אַחריות.