סבֿיבֿות זענען אַזעלעכע אומפֿאָרמעלע פֿאַרברענגנס װוּ ייִדיש רעדערס און תּלמידים קומען צוזאַמען און שמועסן, עסן, און באַקענען זיך אײנס מיטן אַנדערן. כּדי אױסצוגעפֿינען װען ס’װעלן פֿאָרקומען די קומעדיקע סבֿיבֿות, גיט אַ קוק אױף אונדזער גוגל קלאַענדאַר. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע, דריקט אױף אײנעם פֿון די קנעפּלעך אָדער שיקט אונדז אַ בריװ.
-
הנחה פֿאַרן צוציִען נײַע רעגיסטראַנטן
ציט צו נײַע באַטײליקטע אויף דער ייִדיש־װאָך און קריגט אַ הנחה!
צו קריגן אַ הנחה־קאָד, שיקט אונדז אין אַ בליצבריװ אויף yvokh@yugntruf.org דעם נאָמען פֿונעם מענטש װאָס איר רעקאָמענדירט, אָדער דער מענטש װאָס האָט אײַך רעקאָמענדירט צו קומען אויף דער ייִדיש־װאָך — און איר װעט בײדע קריגן אַ הנחה פֿון $50 אויף אײַער רעגיסטראַציע. די הנחה גילט נאָר פֿאַר מענטשן װאָס קומען אויף דער ייִדיש־װאָך צום ערשטן מאָל.