JD

די געגנט דינקיטאַון געפֿינט זיך אין דער שטאָט מינעאַפּאָליס לעבן דעם אוניווערסטטעט פֿון מינעסאָטאַ. דאָרט שוויבלט און גריבלט מיט סטודענטן און סטודענטקעס, מיט ברודערשאַפֿטן און שוועסטערשאַפֿטן (“פֿראַטערניטיס” און “סאָראָריטיס” בלע”ז), און מיט די פֿאַרשיידענע אָרעמע־לײַט און ליידיק־גייערס, וואָס קענען זיך ניט דערלויבן צו וווינען ערגעץ שענער. די פּראַכט פֿון דינקיטאַון איז דער אַזוי גערופֿענער “דינקידאָום”, וואָס מיט זײַן קופּאָל דערמאָנט ער אין אַ וויכטיקן רעגירונג־ אָדער געריכט־בנין, כאָטש אינעווייניק געפֿינען זיך בלויז ביליקע עס־ און טרינקפּלעצער.

אין דינקיטאַון האָב איך געוווינט אַן ערך זעקס וואָכן, אויפֿן בוידעם פֿון אַן אַלט הויז, וווּ עס האָבן געוווינט נאָך דרײַ מענטשן אין באַזונדערע צימערן. מיר האָבן זיך געטיילט מיט איין קיך און מיט איין וואַשצימער. וויפֿל איך דערמאָן זיך, האָט מײַן צימער געקאָסט דרײַ הונדערט דאָלאַר אַ חודש דירה־געלט, וואָס אַפֿילו דעמאָלט וואָלט מען אין ניו־יאָרק ניט געקענט געפֿינען אַ מויזלאָך פֿאַר אַזאַ סומע. אונטן האָבן געוווינט די סטודענטן און סטודענטקעס, וואָס האָבן מער געהוליעט ווי שטודירט. איין מאָל, אַרויפֿגייענדיק צו מײַן צימערל, געדענק איך אויף די טרעפּ איז געשטאַנען אַ ריזיקע פֿאַס ביר, טאָמער עמעצער לײַדט נעבעך פֿון דורשט. מיט די סטודענטן האָבן אויך געהויזט עטלעכע גרויסע הילכערס, אַזוי גרויס ווי יענע פֿאַס ביר, כּדי די ערד זאָל ציטערן אונטער די פֿיס ווען זיי שפּילן מוזיק.

מײַנע שכנים אויפֿן בוידעם זײַנען אויך ניט געגאַנגען אויף די שפּיץ פֿינגער, זיי האָבן געלאָזט פֿון זיך הערן. קעגנאיבער מיר האָט געוווינט אַ מיטליעריקער אַרבעטלאָזער, וואָס בײַ אים אין צימער האָט שטענדיק געשפּילט מוזיק, כּדי צו פֿאַרטויבן דעם רעש, וואָס קומט פֿון די אַנדערע צימערן. ער איז יעדן טאָג געגאַנגען כאַפּן פֿיש אָדער שיסן אָדער עפּעס אַזוינס, און ער האָט כּסדר באַרעדט די ליבעראַלן און געלויבט די קאָנסערוואַטיוון, כאָטש בלויז די ליבעראַלע מינעסאָטאַ שטאַט־רעגירונג האָט אים אויסגעהאַלטן. לעבן מיר האָט געוווינט אַ יונגערמאַן פֿון בולגאַריע, זייער אַ וווילער, וואָס בײַ אים האָבן געוואַלגערט פֿאַרשיידענע פּאָרנאָגראַפֿישע מאַגאַזינען, געשמאַקפֿולע בילדער פֿון פֿרויען מיט אומנאַטירלעכע קאָלאָסאַלע בריסט, אַזוי גרויס ווי יענע פֿאַס ביר. אַ ביסל ווײַטער האָט געוווינט דער העלד פֿון אונדזער מעשׂה, דזשאַן דאָנעווען, אָדער ווי מע האָט אים טאַקע גערופֿן: דזשיי די.

דזשיי די איז געווען ניט צו הויך, אָבער קרעפֿטיק, שטאַרק,  געזונט ווי אַ גוי, מיט געדיכטע וואָנצעס און קרײַזלדיקע בלאָנד־ברוינע האָר. שוין ניט קיין יונגער, האָט ער אַמאָל געדינט אין דער אַרמיי און איצט געאַרבעט ווי אַ בוי-אַרבעטער. זײַן אמתע לײַדנשאַפֿט איז אָבער געווען פֿאַר זינגען און שפּילן ראַק־מוזיק און, אפֿשר נאָך שטאַרקער, פֿאַר משקה. יעדן אָוונט, ווען ער האָט ניט געדאַרפֿט אין דער פֿרי גיין אַרבעטן, פֿלעג ער זיך געהעריק אָנשיכּורן, און ניט בלויז טרינקען, נאָר אויך שרײַען און געוואַלדעווען, געבן אַ זעץ אין דער טיר, זינגען צוזאַמען מיט אונדזער שכן פֿון בולגאַריע, ביז שפּעט, שפּעט אין דער נאַכט. איין מאָל האָבן די צוויי זיך צעקריגט, ווײַל דער בולגאַריער האָט געהאַט אויפֿגעגעסן אַ קעסטל מאָראָזשענע, וואָס דזשיי די האָט געהאַט צוגעזאָגט געבן זײַן חבֿרטע — דאָס האָט אים געקאָסט אַ נאַכט פֿון ליבע. אָבער געוויינטלעך איז ער געווען גוט אויפֿגעלייגט און אויסגעקומען מיט אַלעמען, ווײַל זיי האָבן סײַ ווי אַלע געהאַט מורא פֿאַר אים.

מיט מיר, אָבער, איז די באַציִונג געווען אַ ביסל אָנגעשטרענגט. כאָטש זײַן טאַטע איז אַליין געווען אַ ייִד, איז דזשיי די געווען, ניט פֿאַר קיין ייִדן געדאַכט, אַ שטיקל ראַסיסט און אַנטיסעמיט. אים איז עפּעס ניט געפֿעלן דאָס וואָס איך פֿאַרנעם זיך מיט די אַלטע גערמאַנישע שפּראַכן, דאָס האָט עפּעס ניט געפּאַסט. נאָך ערגער, האָב איך זיך באַקלאָגט וועגן אים צום בעל־הבית, ווײַל בײַ נאַכט האָב איך ניט געקענט שלאָפֿן צוליב זײַנע געשרייען און געפּילדער. דערפֿאַר האָט ער בײַ נאַכט, שוין גוט פֿאַרשנאָשקעט, מיר געקלאַפּט אויף דער טיר און געשריגן.

זוכנדיק אַ רויִק אָרט, בין איך עטלעכע נעכט געשלאָפֿן ניט אין דער היים, נאָר אין דער ביבליאָטעק פֿון מײַן אָפּטייל אין אוניווערסיטעט. דאָרט איז געווען אַ באַקוועמע סאָפֿע, נאָר איין צרה — דער בנין איז ניט געווען געהייצט בײַ נאַכט, וואָס אין קאַלטן מינעסאָטאַ קען דאָס זײַן געפֿערלעך. דערצו איז דער רייניקונג־פּערסאָנאַל געקומען אַרבעטן זייער שפּעט און זיי האָבן אויך געמאַכט אַ גרויסן טומל מיט זייערע מאַכערײַקעס און שטויבמאַשינען. נו, דערפֿאַר שלאָפֿט מען געוויינטלעך ניט אין דער אָפּטייל־ביבליאָטעק.

צום גליק האָט דער בעל־הבית מיר אין גיכן אָפּגעגעבן מײַן זיכערהייט־אײַנצאָל, מבֿטל געווען דעם וווינקאָנטראַקט, און איך האָב געקענט גיין זוכן אַ צווייטע דירה. זי איז אויך ניט געווען קיין פּאַלאַץ, אָבער קיין צווייטער דזשיי די איז דאָרט ניט געווען, און קיין צווייטן האָב איך ניט באַגעגנט ביזן הײַנטיקן טאָג.

This entry was posted in מעשׂיות. Bookmark the permalink.

1 Response to JD

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *