יוגנטרוף־זשורנאַל/ליטעראַטור־קאָנקורס

װעט איר גאָר זײַן דער נײַער שלום־עליכם אָדער אַבֿרהם סוצקעװער?

יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש באַנײַט איר ייִדיש־שפּראַכיקן ליטעראַרישן זשורנאַל פֿון פּאָעזיע, דערצײלונגען, עדיטאָריאַלן און אַרטיקלען. דערצו זוכן מיר נײַע יונגע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן װאָס נײטיקן זיך אין אַ מאָדערנער ליטעראַרישער פּלאַטפֿאָרמע װאָס זאָל זײַן צוגעפּאַסט צו זײער אײגנאַרטיקן אױסדרוק־אופֿן.

דער יוגנטרוף־זשורנאַל, װאָס װערט רעדאַקטירט פֿון דזשאָרדן קוציק און לײזער בורקאָ, װעט מאַכן זײַן דעביוט אין אױגוסט 2012, און אַלע יוגנטרוף־מיטגלידער און אַבאָנענטן װעלן קענען סײַ באַקומען דעם פֿול־קאָליריקן געדרוקטן זשורנאַל סײַ אַראָפּלאָדירן די אָנלײַן װערזיע.

בכן פֿאַרבעטן מיר אײַך שרײַבער אונטער 35 יאָר איר זאָלט אַרײַנשיקן אײַערע אָריגינעלע נאָך־נישט־געדרוקטע ייִדישע פּאָעזיע אָדער בעלעטריסטיק צו אונדזער ליטעראַטור־קאָנקורס, בכדי צו געװינען געלט אָדער זוכה צו זײַן מיר זאָלן אָפּדרוקן אײַער װערק אינעם נײַעם יוגנטרוף־זשורנאַל!

  • שאַצן די אַרײַנגעשיקטע מאַטעריאַלן װעלן פּראָפֿעסאָרן דובֿ־בער קערלער (אינדיִאַנער אוניװערסיטעט) און דוד פֿישמאַן (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר).
  • די שרײַבער פֿון דער סאַמע בעסטער פּאָעמע און פּראָזע װעלן באַקומען יעדערער צו $500, און מע װעט אָפּדרוקן זײער װערק אין 2012דיקן נומער. מיר װעלן בלי־נדר אָפּדרוקן אַנדערע װערדיקע װערק אַז דאָס אָרט װעט קלעקן.
  • דער טערמין אַרײַנצושיקן צום קאָנקורס איז מאָנטיק, דער 11טער יוני, 2012.
  • מיר בעטן איר זאָלט אַרײַנשיקן אײַער װערק אין ייִדישע אותיות (נישט אין טראַנסליטעראַציע) אינעם אינהאַלט פֿון בליצבריװ (נישט בײַלײגן קײן ״װאָרד״ אָדער ״פּי־די־עף״) אױף zhurnal@yugntruf.org. שיקט נישט, זײַט אַזױ גוט, דורך דער פּאָסט, װי אױך נישט קײן געדרוקטע מאַטעריאַלן. גיט אױך צו אײַער פֿולע קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע (נאָמען, בליצאַדרעס, טעלעפֿאָן און אַדרעס).
  • אַלע אַרײַנגעשיקטע מאַטעריאַלן מוזן זײַן אָריגינעלע װערק און נישט האָבן געװען אָפּגעדרוקט אין אַנדערע דרוקמיטלען.
  • פּראָזע איז באַגרענעצט ביז 2,500 װערטער; פּאָעזיע ביז 60 שורות.
  • די געװינערס װעלן מיר אַנאָנסירן בײַם לאַנצירן פֿונעם זשורנאַל אין מיט־אױגוסט 2012.

יוגטרוף פֿאַרבעט אױך יונגע קינסטלערס ארײַנשיקן אָריגינעלע פֿאָטאָגראַפֿיעס, צײכענונגען און קונסטװערק אױף צו דרוקן אינעם זשורנאַל. שיקט אײַער קונסט (שװאַרץ־אױף־װײַס אָדער פֿול־קאָליריק) אינעם פֿאָרמאַט פֿון JPG אָדער TIFF אױף zhurnal@yugntruf.org.

װײַטערדיקע פּרטים קענט איר אונדז בעטן אױף zhurnal@yugntruf.org.

דריקט זיך אױס אױף מאַמע־לשון צו אַ גלאָבאַלן לײענער־עולם, װעט איר העלפֿן אױפֿצוהאָדעװען אַ נײַעם דור ייִדישע שרײַבער


 

This entry was posted in נײַעס. Bookmark the permalink.

1 Response to יוגנטרוף־זשורנאַל/ליטעראַטור־קאָנקורס

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *