שלום בערגער איז באַקאַנט בײַ אַ צאָל יוגנטרופֿיסטן ווי אַ געוועזענער מיטגליד פֿון דער עקזעקוטיווע און אַ לאַנג־יאָריקער באַטייליקטער אויף דער ייִדיש־וואָך. ער זינדיקט אָבער אויך אונטער מיט פּאָעזיע, און האַלט איצט בײַם אַרויסגעבן אַ כּתבֿ־יד ייִדיש און ענגליש פּאָעזיע מיטן טענטאַטיוון טיטל “זאָג כאָטש להבֿדיל.” נייטיקט ער זיך אין אײַערע עצות און פּלייצעס כּדי מקיים צו זײַן דעם פּראָיעקט. דאָ קענט איר זען אַ קליינעם ווידעאָ (אָנגעדרייט פֿון לייזער בורקאָ אױף דער ייִדיש־װאָך און רעדאַקטירט פֿון ליאַנאַ יעלען) מיט אַ סעלעקציע שלומס לידער.
-
הנחה פֿאַרן צוציִען נײַע רעגיסטראַנטן
ציט צו נײַע באַטײליקטע אויף דער ייִדיש־װאָך און קריגט אַ הנחה!
צו קריגן אַ הנחה־קאָד, שיקט אונדז אין אַ בליצבריװ אויף yvokh@yugntruf.org דעם נאָמען פֿונעם מענטש װאָס איר רעקאָמענדירט, אָדער דער מענטש װאָס האָט אײַך רעקאָמענדירט צו קומען אויף דער ייִדיש־װאָך — און איר װעט בײדע קריגן אַ הנחה פֿון $50 אויף אײַער רעגיסטראַציע. די הנחה גילט נאָר פֿאַר מענטשן װאָס קומען אויף דער ייִדיש־װאָך צום ערשטן מאָל.