אָריגינעלער װיץ

דאָס איז אַ װיץ װאָס איך האָב אַלײן אױסגעטראַכט און אָנגעשריבן מיט אפֿשר אַ יאָר צוריק.

אין פּױלן, אין דער צײַט צװישן די צװײ װעלט-מלחמות, קנעלט אײַן אַ לערער אין דער סאָציאַליסטישער ייִדישער שול מיט די קינדער די פֿראַגע “װאָס פֿירט די װעלט?” און אײן קינד זאָגט “גאָט?” און דער לערער זאָגט, “נײן. גאָט איז אַן אױסגעטראַכטע מעשׂה, ס’איז נאָר מעות, שוטה וואָס דו ביסט!” נאָך דעם, דאַנקען גאָט, זײַנען די עלטערן אַריבער פֿון סאָציאַליזם אױף אַן עכטערן מין ייִדישקײט און דאָס קינד איז אַרײַנגעגאַנגען אין אַ פּאַסיקן חדר.  איז דער מלמד קנעלט אײַן מיט קינדער די שאלה, “קינדער, װאָס פֿירט די װעלט?” און דאָס קינד, געדענקענדיק גוט װאָס דער לערער האָט אים געלערנט, זאָגט “מעות”. “זײער נאָענט” זאָגט דער מלמד. “אָבער דער אײבערשטער פֿירט די װעלט. ער האָט בלויז אױסגעטראַכט געלט כּדי זײַן אַרבעט זאָל זײַן אַ ביסל גרינגער, װײַל געלט קאָנטראָלירט די מענטשן”.

This entry was posted in װיצן. Bookmark the permalink.

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *