אין דער אונטערבאַן

פֿון לייזער בורקאָ

האָט קיין פֿאַראיבל ניט, מײַנע דאַמען און הערן, איך באַדויער זייער וואָס איך מוז אײַך שטערן אין מיטן דער נסיעה, אָבער דער ביטערער מצבֿ לאָזט מיך ניט אָפּהיטן אַלע גוטע מאַניערן. איך בין נעבעך, ווי איר קוקט מיך אָן, אַ היימלאָזער מענטש — איך האָב ניט קיין אַרבעט, ניט קיין דאַך איבערן קאָפּ. איך וויל אײַך ניט דערציילן אַלע פּרטים — ווי אַזוי דער שטײַעראַמט, דער IRS ימח שמו וזכרו, האָט פֿאַרכאַפּט מײַן גאַנץ פֿאַרמעגן, קעגן אַלע געזעצן פֿון מענטשלעכקייט און יושר. ווי אַזוי מײַן ווײַב, אַ שוואַרץ יאָר אויף איר קאָפּ, האָט נאָכן גט גענומען אונדזערע זעקס קינדער, טײַערע ייִדישע נשמהלעך, און איז אַוועק מיט זיי קיין פּאַריז לעבן אַ גוטן טאָג מיט איר ליובאָווניק, דער שייגעץ, פֿינצטער און ביטער זאָל אים זײַן. איר דאַרפֿט ניט הערן מײַנע אַלע צרות, וואָס זײַנען פֿאַר אַלעמען צו זען, אײַנגעקריצט בײַ מיר אויפֿן פּנים, ווי אויף פּאַרמעט די שוואַרצע אותיות געכּתבֿעט אין אַ ספֿר־תּורה. איך וועל אײַך ניט זאָגן, וואָס דער גנבֿ, מײַן שווער, האָט געטאָן מיט די געלטער וואָס איך האָב אינוועסטירט אין זײַן פֿירמע, אויף דאָקטוירים זאָל ער דאָס אַוועקגעבן. איר זײַט ערלעכע מענטשן, איר זאָלט ניט וויסן פֿון אַזעלכע גנבֿות און רציחות, וואָס די רשעים, מײַן שוואָגער און זײַנע שותּפֿים, האָבן אָנגעמאַכט אַקעגן בלויז נאָר דערפֿאַר, וואָס איך בין אַ ייִד. אַ ייִד טאָר ניט פֿאַרדינען אַ פּאָר טאָלער פֿאַר זיך אַליין? און ווער זאָגט, אַז מע דאַרף זיך טיילן מיט אַלצדינג, וואָס מע האָט פֿאַרדינט פֿון דער אייגענער פּראַצע? איר מיינט, אַז זיי האָבן אַליין ניט גענומען און געשוויגן? אַ נעכטיקער טאָג! זאָל מיר נאָר צוקומען וואָס זיי האָבן געריסן פֿון טויטע און פֿון לעבעדיקע.

נאָר דאַנקען גאָט וואָס ס׳איז דאָ אַ באַשעפֿער אויף דער וועלט, וואָס מאַכט גלײַך די קרומע און באַצאָלט די רשעים גלײַך מיט גלײַך. זיי וועלן שוין זען, ווי איך וועל זיך אָפּרעכענען מיט זיי, חזרים וואָס זיי זײַנען; וואָס סע קומט זיי פֿאַר זייער רישעות, פֿאַר דעם ווי זיי האָבן באַהאַנדלט אַן ערלעכן ייִד, אַ טאַטן פֿון קינדער! איך האָב ניט קיין מורה פֿאַר זיי מיט זייערע “ריסטריינינג אָרדערס” און פּריוואַטע דעטעקטיוון. איר מיינט, אַז איך קען ניט שיסן? איך קען, ווי איך בין אַ ייִד — איך וועל זיי שוין ווײַזן וואָס איך קען!

נו, איר זעט, מײַנע דאַמען און הערן, ווי מע רעגט מיך אויף? איר זאָלט ניט וויסן פֿון מײַנע צרות — ס׳איז ניט געזונט, ווען מע האָט אַ הויכן בלוטדרוק. און פֿאַרוואָס זאָל איך שרײַען אויף אײַך, ווען איר זײַט ניט שולדיק, אויף אײַך קען מען זיך פֿאַרלאָזן. דאָס זע איך אין אײַערע אויגן. איז האָט גאָט אין האַרצן און האָט רחמנות אויף אַ אָרעמאַן, אויף אַן ערלעכן ייִד נעבעך, און שענקט אַ נדבֿה. איך וועל געדענקען יעדן איינעם באַזונדער, איך וועל אײַך דאַנקען פּערזענלעך. און אויב איר האָט ניט קיין געלט, איז גיט כאָטש אַ שמייכל. אַ גוטן טאָג!

This entry was posted in מעשׂיות and tagged , , . Bookmark the permalink.

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *