ייִדיש דרײַ — אַ לערנביכל פֿאַרן אויבערחכם

Celebrate the Future

פֿון עמיל קאַלין

דרײַ און צוואָנציקסטע לעקציע.
טעמע: די ייִדישע ליטעראַטור.

צוויי סטודענטן שטייען אין מיטן פֿון אַ וואָלקן שטויב אין אַ ביבליאָטעק. זיי האָבן אַן אַריסטאָקראַטיש, אויבערחכמדיק אויסזען. די טעמע “ווי אַזוי זיי זעען אויס” דאַרפֿן מיר אָנרירן, ווײַל מיר ווילן איינצײַטיק אי טרעפֿן צום געשמאַק פֿון יעדן איינעם לייענער, אי נישט באַשולדיקט ווערן אין ראַסיזם אָדער אין פֿינצטערן נאַציאָנאַליזם. מיר קענען נאָר איבערגעבן, אַז זיי זענען ייִדן.

איינער גריבלט זיך האַסטיק אין אַ הײַפֿל אַלטע, פֿאַרגעלטע ייִדישע צײַטונגען. דאָס גריבלען זיך אין ייִדישן שטאָף פֿילט אָן די ממילא דושנע שטוב מיט שטויב. אַ שטויב, אַ געדיכטער אַזאַ, וואָס ער מאַכט אַ מענטשן ניסן. דער צווייטער ניסט אָן אַן אויפֿהער, צווישן איין אַפּטשו צום צווייטן רעדט ער צו זײַן חבֿר.

— הער שוין אויף מיט דײַנע נאַרישקייטן. וואָס פֿאַר אַ משוגעת איז דיר אין קאָפּ אַרײַן. ער זוכט מיר גאָר “ייִדישע צײַטשריפֿטן פֿונעם ערשטן יאָרצענדליק פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט”. אויך מיר אַ טעמע פֿאַר אַ מאַגיסטער.

— קוק אָן וואָס איך האָב געפֿונען! אַ נומער פֿונעם זשורנאַל “יוגנטרוף”, ס’יאָר וואָס עס שטייט איז 2009.

— וואָס הייסט “יוגנטרוף”? איך האָב נישט געפֿונען ס’וואָרט בײַם “מאָדערנעם ייִדיש–ענגליש–רוסישן ווערטערבוך” פֿון באָריס סאַנדלערן.

— אײַ נאַרעלע! לערנסטו זיך שלאָפֿנדיקערהייט? דער פּשט איז דאָך אַ קלאָרער. רוף איז ווי אין ענגליש ‘רוף’, ס’הייסט ‘דאַך’, און ‘יוגנט’ ווייס איך נישט.

— אפֿשר אַ מין ייִדיש עסן אַזאַ?

— וואָס עסן? ווער עסן? ווער גיט אַ זשורנאַל דעם נאָמען פֿון אַ ייִדיש עסן ?

— גערעכט, אפֿשר האָט עס צו טאָן מיט ‘פֿידלער אויפֿן דאַך’. ווייסט, דאָס ביכל פֿון באַשעוויס זינגערן.

— אַ זינגערין וואָס זינגט באַשעוויס? איך האָב קיין מאָל נישט געהערט פֿון אַזאַ טאַנץ. זייער אינטערעסאַנט! אפֿשר דאַרף מען אַ קוק געבן אינעם ביכל פֿון ייִדישע לידער אין צאַרישן רוסלאַנד.

— נישט זינגערין! זינגערן! זינגער! יענער, דער באַרימטער בונדיסט, וואָס האָט זיך אַרומגעשלעפּט מיטן… נו, ווי הייסט ער?

— הענג מיך אויף, שיס מיך מיט אַ בעזעם, אָסור אויב איך פֿאַרשטיי וואָס דו מיינסט…

— איך רעד וועגן דער קאָנפֿערענץ פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין לעמבעריק. אין 1908. דאָרטן האָט באַשעוויס געהאַלטן אַ גאַנצע דרשה און אויך זײַן חבֿר האָט גערעדט דאָרטן.

— פּרץ האָט גערעדט דאָרט נאָכן באַקומען דעם שלום–פּרײַז פֿון דער ענגלישער מלכּה.

— פֿון וואַנען האָט זיך גענומען די ענגלישע מלכּה צו לעמבעריק? מהיכא–תּיתי…
דער ערשטער נעמט זיך מישן די בלעטער, פּאַוואָליע און געדולדיק. ער האָט קענטיק אײַזערנע נערוון — אַזעלכע זענען נייטיק פֿאַרן זוכן טעג כּסדר אין דער פֿאַרנאַכלעסיקטער שטוב.

— שיין, זעסט ווער שרײַבט דאָ? דער מאָדנער ייִד מיט לאָקן.

— ווער?

— ווי הייסט ער? מיט די לאָקן.

— אליעזר שטיינבאַרג, אפֿשר.

— ניין, האָט געשריבן משלים.

— אויב משלים, דאַרף עס זײַן שלום אַש.

— אַ פּוילישער, זאָגט מען דיר.

— אַ פּוילישער… אַ פּוילישער… מענדעלע, דער מוכר–קבֿרים.

— מיט אַ באָרד.

— משה לעמסטער? איך ווייס…

— ער האָט נישט געהאַט ברילן, אָן ברילן. פֿאַר וואָס האָסטו דיך אַזוי פֿאַרפּלאָנטערט? דער וואָס איז געווען אַ קאַרגער. געבליבן אַן ׳אַלטע מויד’ ביז אין די שפּעטע דרײַסיקער.

— איצט רעדסטו ווערטער: עמיל קאַלין!

— יאָ, מע האָט געדרוקט דאָ עפּעס צוויי שונדישע דערציילונגען זײַנע, ‘וואַהרע געשיכטעס’, מעשׂיות, געמיינער שטאָף.

— שטאַרק שונדיש?

— נאַ דיר, גיב אַ קוק אַליין.
דער צווייטער מאַכט אַ זויערע מינע, פּרוּווט זיך אַרויסדרייען, אָבער דער ערשטער רעאַגירט גיכער. ער שטופּט אים דעם אַלטפֿרענקישן זשורנאַל אין דער האַנט. די בלעטער צעברעקלען זיך שיִער נישט. דער צווייטער הייבט אָן לייענען מיט אַ נישט זיכער קול. זײַן ייִדיש איז גאַנץ פֿאַרזשאַווערט, זײַן אַרויסרעד גרילצט אין די אויערן.

— זײַ זשע מוחל, דו דאַרפֿסט שלײַפֿן דײַן ייִדיש.

— זאָג מיר, אָבער, צו וואָס דאַרף איך קענען ייִדיש?

— ביסט דאָך אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור. נישט דו האָסט געשריבן דעם אַרטיקל “די נעאָ–פּלאַטאָנישע ווירקונג אויף מאַנגערס פּאָעזיע”?

— ערשטנס, אַלע ביכער וואָס איך וויל לייענען, קען איך לייענען אין ענגליש. די ייִדישע ביכער זענען אַלע איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש. צווייטנס, מײַנע אַרטיקלען שרײַב איך ווידער אויף ענגליש. און דריטנס, צווישן אונדז גערעדט, ווער לייענט הײַנט ייִדיש? “דע חסידים”?

— ביסט נעבעך גערעכט. — באָמבקעט נאָך דער ערשטער. דער צווייטער רײַבט זיך די הענט.

— דאָס רעדן וועגן ייִדיש האָט מיך געמאַכט זייער הונגעריק. דער מאָגן פֿאָדערט זײַנס. זײַ געזונט!

— זײַ געזונט!

This entry was posted in מעשׂיות. Bookmark the permalink.

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *