-
הנחה פֿאַרן צוציִען נײַע רעגיסטראַנטן
ציט צו נײַע באַטײליקטע אויף דער ייִדיש־װאָך און קריגט אַ הנחה!
צו קריגן אַ הנחה־קאָד, שיקט אונדז אין אַ בליצבריװ אויף yvokh@yugntruf.org דעם נאָמען פֿונעם מענטש װאָס איר רעקאָמענדירט, אָדער דער מענטש װאָס האָט אײַך רעקאָמענדירט צו קומען אויף דער ייִדיש־װאָך — און איר װעט בײדע קריגן אַ הנחה פֿון $50 אויף אײַער רעגיסטראַציע. די הנחה גילט נאָר פֿאַר מענטשן װאָס קומען אויף דער ייִדיש־װאָך צום ערשטן מאָל.
Author Archives: yugntruf
טאַנצן שבת אויף דער ייִדישוואָך
טאַנצן שבת אויף דער ייִדישוואָך
Posted in פֿאַרשידנס
Leave a comment
שרײַבט
הײַנט האָבן מיר באַשלאָסן, אַז יעדער מענטש זאָל אָנשרײַבן אַ פּאָר ווערטער וועגן וואָס עס זאָל נישט זײַן פֿאַר אונדזער בלאָג. עס פֿעלט ניט ייִדישיסטן, עס פֿעלט בלויז צײַט — יעדער איז צו פֿאַרנומען מיט אַנדערע זאַכן, מיט ענגליש אָדער … Continue reading
Posted in פֿאַרשידנס
2 Comments
אַ שאָכפּאַרטיע
פֿון מאַרינאַ אַלעקסעעוואַ אין אַ שיינעם זומערדיקן נאָכמיטאָג בין איך אײַנגעלאַדן געוואָרן צו מײַן נײַעם חבֿר, קירילן. מע האָט זיך שוין פֿריִער עטלעכע מאָל באַגעגנט בײַ דער פּיאַנע–לערערין אונדזערער. ביידע פֿונעם זעלבן עלטער — אַ יאָר צען, זענען מיר אָבער … Continue reading
Posted in פֿאַרשידנס
Leave a comment
עיקר שכחתּי
פֿון טבֿיה ס’קומט אײַך אַ מזל–טובֿ, פּאַני שלום–עליכם — כ’האָב נאָר וואָס געלייענט אין די גאַזעטן, אַז איר זענט, מיטן אייבערשטנס הילף, אַריבער דעם גרויסן טײַך, אָנגעקומען בשלום און געזונט אויף אַלע אבֿרים, הלוואַי אויף מיר און אויף כּל–ישׂראל געזאָגט … Continue reading
Posted in מעשׂיות
Leave a comment
צװײ לידער
פֿון מאַרינאַ אַלעקסעעוואַ *** איך רעד, און פֿון רעדן װאַקסט אַ װײַטקײט. אַ צעשײדונג פֿון צװײ אַ מאָל איבערגעפֿלאָכטענע שטימען נעמט אָפּ אײן װאָרט נאָך אַן אַנדערן. און איך שװײַג, איך שװײַג מיטן מױל אָנגעשפּאַרט אין דײַן אױער און איך … Continue reading
Posted in פּאָעזיע
Leave a comment
ייִדיש דרײַ — אַ לערנביכל פֿאַרן אויבערחכם
גערעכט, אפֿשר האָט עס צו טאָן מיט ‘פֿידלער אויפֿן דאַך’. Continue reading
Posted in מעשׂיות
Leave a comment
טשערנאָװיץ
פֿון אַנע ערשלער איך האָב זיך אויפֿגעכאַפּט ווײַל אַרום מיר האָט מען שטאַרק אַפּלאָדירט. איך האָב ניט געקענט פֿאַרשטיין וווּ איך בין. איך בין געזעסן אין אַ גרויסן און זייער אַ שיינעם זאַל, וואָס איז געווען ענלעך צו אַ פֿילהאַרמאָניע. … Continue reading
Posted in פֿאַרשידנס
Leave a comment