קינדער־לשון

אין 2019 וועט יוגנטרוף לאַנצירן אַן אַמביציעזן נײַעם פּראָיעקט — „פֿאַרלאַג קינדער־לשון”. מע וועט אַרויסגעבן קלאַסישע ווערק פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור אין באַנײַטע צוויישפּראַכיקע אויפֿלאַגעס מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס, אַ סטאַנדאַרדיזירטן אויסלייג און אָריגינעלע איבערזעצונגען אויף ענגליש. די ביכער וועלן באַקענען אַ נײַעם דור יונגע לייענער מיט די אוצרות פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור, ווי אויך מיט דער ייִדישער קולטור בכלל און מיט דער ייִדישער שפּראַך בפֿרט.

דאָס ערשטע בוך וועט זײַן שלמה סײַמאָנס ראָמאַן פֿאַר קינדער „דאָס קלוגע שנײַדערל”, וואָס שילדערט די אַוואַנטורעס פֿון אַ בראַוון שנײַדער וואָס אַ דאַנק זײַן קלוגשאַפֿט באַזײַטיקט ער זײַנע שׂונאים און באַשיידט מיסטעריעס. דער חנעוודיקער ראָמאַן, וואָס איז טיף פֿאַרוואָצלט אין דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן פֿאָלקלאָר און לעבנס־שטייגער, וועט צום ערשטן מאָל זײַן צוטריטלעך פֿאַרן ברייטן עולם דורך אַן ענגלישער איבערזעצונג פֿונעם פּאָעט דוד פֿאָרמאַן,  אַן אייניקל פֿונעם מחבר. דער באַנד וועט דערשײַנען מיט פּרעכטיקע אָריגינעלע אילוסטראַציעס פֿון יהודה בלום.

אין 2019 וועט מען אויך אַרויסגעבן אַ צוויי־שפּראַכיקע אויפֿלאַגע פֿון יעקבֿ גלאַטשטיינס חורבן־ראָמאַן „עמיל און קאַרל”, וואָס שילדערט די שפּאַנענדיקע און האַרצרײַסנדיקע געשיכטע פֿון צוויי חבֿרים אין ווין, אַ ייִדישער בחור מיט זײַן קריסטלעכן פֿרײַנט, וואָס מוזן געפֿינען אַ מקום־מיקלט אין די פֿינצטערע טעג נאָך קרישטאָלנאַכט. די ענגלישע איבערזעצונג, פֿון ד׳׳ר דזשעפֿרי שאַנדלער, וועט צום ערשטן מאָל אַרויסגעגעבן ווערן בשותּפֿות מיטן ייִדישן אָריגינאַל אַ דאַנק אַן אָפּמאַך מיטן פֿאַרלאַג „מאַקמילין”. דער באַנד וועט דערשײַנען מיט פֿאַרכאַפּנדיקע אילוסטראַציעס פֿון יהודה בלום, וואָס זענען באַזירט אויף היסטאָרישע בילדער פֿון יענער תּקופֿה.

כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן „פֿאַרלאַג קינדער־לשון” שרײַבט jordank@yugntruf.org.

פּערסאָנאַל:

דזשאָרדין קוציק (פֿאַרלעגער): אַ מיטאַרבעטער בײַם ייִדישן פֿאָרווערטס און דער פֿאָרזיצער פֿון יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש, האָט קוציק לאַנג געוואָלט ווידער באַקענען דעם ייִדיש־רעדנדיקן עולם מיט די אוצרות פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור. לכתּחילה האָט ער דורך דער „ייִדיש־וואָך” פּרובירט אײַנצוזאַמעלן אַלטע עקזעמפּלאַרן פֿון קלאַסישע ייִדישע קינדער־ביכער אָבער נאָך דעם וואָס ער האָט געזען ווי קינדער האָבן רעאַגירט אויף די אַלטע צעריסענע בענדער האָט ער אײַנגעזען, אַז מע דאַרף ווידער דרוקן די ביכער מיט נײַע אילוסטראַציעס און אַ פֿאַרבעסערטן פֿאָרמאַט, כּדי צוצוציִען הײַנטיקע לייענער. זעענדיק ווי פּאָפּולער עס ווערן צוויי־שפּראַכיקע אויסגאַבעס פֿון קינדער־ביכער איז עס אים אײַנגעפֿאַלן, אַז דאָס איבערדרוקן ייִדישע קינדער־ביכער מיט פּאַרלעלע טעקסטן אויף ייִדיש און ענגליש וואָלט צוגעצויגן אַ נײַעם עולם יונגע לייענער און אים באַקענען ניט בלויז מיט די דאָזיקע אוצרות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, נאָר אויך מיט דער ייִדישער קולטור בכלל און מיט מאַמע־לשון בפֿרט. אַחוץ זײַן אַרבעט פֿאַרן ”פֿאָרווערטס,“ ”יוגנטרוף,“ און ”קינדער־לשון“ פֿאַרענדיקט ער אַן איבערזעצונג פֿון אַ סעריע זאַמלונגען פֿון באָריס סאַנדלער.

רייטשל פֿעלד (רעדאַקטאָרשע): אַ נעווראָ־וויסנשאַפֿטלערין און ליטעראַרישע איבערזעצערין, האָט פֿעלד זיך געלערנט ייִדיש אין ”קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט“ און אויף דער ”ייִוואָ“־זומער־פּראָגראַם. אַ שרײַבערין אויף וויסנשאַפֿטלעכע טעמעס פֿאַר דער ייִדישער און אַלגעמיינער פּרעסע וואָס האָט ליב די קינדער־ליטעראַטור, האָט זי אַ שטאַרקן חוש פֿאַר רעדאַקטאָרישע פּיטשעווקעס און פֿראַגעס פֿון סטיליסטיק. אַחוץ איר אַרבעט פֿאַר ”קינדער־לשון“ פֿאַרענדיקט זי אַן איבערזעצונג פֿון שמערקע קאַטשערגינסקיס ביכל זכרונות ”איך בין געווען אַ פּאַרטיזאַן — די גרינע לעגענדע.“