ייִדיש האָט יאַנקל־פּרץ בירושה דער עיקר פֿונעם טאַטנס צד׃ דער זײדע ע״ה איז געװען אַ זעצער בײַם פֿאָרװערטס, און די באָבע ע״ה, אַ פּױלישע, האָט אַװדאי אױך גערעדט ייִדיש כּל־ימיה. די מומע, צו לענגערע יאָר, איז אַ ייִדישיסטקע און האָט די אײגענע קינדער דערצױגן מיטן ייִדישן לשון. פֿון דער מאַמעס צד האָט דער זײדע ע״ה, כאָטש אַן אָפּשטאַמיקער פֿון דײַטשלאַנד, געקענט ייִדיש, און די באָבע ע״ה, אַ ייִדענע פֿון פּרײַסן, האָט בלי ספֿק געשטאַמט פֿון ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן. הקיצור, יאַנקל־פּרצן ליגט ייִדיש טיף אין בלוט. על־כּן האַלט ער די שפּראַך פֿאַר אַ גײַסטיקן מאַמע־לשון. אײַ, אין די קינדער־יאָרן האָט ער גאָר גערעדט גױיִש? אָט דאָס האַלט ער פֿאַר „דעם גורלס אַ טעות” — אַן אומגליקלעכער פּועל־יוצא פֿון דער קולטורעלער אַסימילאַציע און דעם נאַצישן גענאָציד, נישט געדאַכט זאָלן זײ װערן. ער שטרעבט צו זײַן אַ מרביץ־ייִדיש פֿאַר די הײַנטיקע יורשים פֿון דער שפּראַך – ד״ה די גאַנצע אַשכּנזישע עדה. מיט אָט דעם צװעק (און בכדי דרך-אגב צו ציִען אַ ביסעלע חיונה אױף דער װעלט), איז ער אויך א מיטארבעטער אויף YiddishPOP. דערצו אַרבעט ער װי אַ ייִדיש־לערער (למשל, אױף דער ייִדיש־פֿאַרם), און האָט ליב צו אַרבעטן אױף ייִדיש־שפּראַכיקע װעבזײַטלעך. און פֿאַרשטײט זיך אַז מיט די קינדער, זאָל עס זײַן אין אַ מזלדיקער שעה, װעט ער אי״ה רעדן רק ייִדיש. װי שטײט עס געשריבן — שלא שינו את לשונם!