אַ שײנעם דאַנק אַלעמען װאָס זענען געקומען אױפֿן הײַיאָריקער ייִדיש־װאָך!

מיר האָפֿן אײַך צו זען איבער אַ יאָר

נאָך בילדער פֿון דער ייִדיש־װאָך 2008 און 2009 אױף Flikr


שאלות־ותּשובֿות
2010 צימערן און פּרײַזן דערמאָנונג׃ $75 צוצאָל נאָכן 1טן אױגוסט
2009 צײַטפּלאַן

לאַגער באַקװעמלעכקייטן

  • דרײַ קונסטצימערן
  • רעקאָרדיר-סטודיאָ
  • רודער-שיפֿלעך
  • קאַנטינע
  • קינדער-שפּילפּלאַץ
  • לופֿטקילונג
  • צוטריט אַפֿר בעלי־מום
  • אָנדראָטיקע אינטערנעץ
  • אָלימפּישע/משפּחה-שװימבאַסײנען
  • עסצימער אױף דער אָזערע
  • לעקציע-/פּראָגראַם-צימערן
  • טעאַטער מיט 300 זיצערטער
  • ס אָפּרטפֿעלדער/ספּאָרטפּלעצער
  • באַרגשפּאַצירן און װאַלדשפּאַצירן

דער ציל פֿון יוגנטרוף – יוגנט פֿאַר ייִדיש, איז צוצושטעלן דעם ייִנגערערן דור, װי אויך דעם עלטערערן, געלעגנהײטן זיך אויסצולעבן אויף ייִדיש. די ייִדיש־װאָך איז אַזאַ זעלטענע געלעגנהײַט. מער װי 30 יאָר, איז ייִדיש־װאָך מצליח אין צוציען פּאָרלעך, יחידים און ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות פֿאַר אַן אידעאַלער װאָך אין אונדזער «ייִדישלאַנד» אין שטאַט ניו־יאָרק. אַלע אַקטיװיטעטן זענען אויף ייִדיש, צװישן זיי׃ ספּאָרט, פֿאָלקסטענץ, לעקציעס, דיסקוסיעס, לייענקרײַזן, לאַגער־פֿײַערן, אַ טאַלאַנטאַרניע, קאָנצערטן, פֿילמען, און ספּעציעלע אַקטיװיטעטן. (ס׳איז אויך דאָ אַ טאָג־טעגלעכער ייִדיש־קלאַס פֿאַר אַװאַנסירטע אָנהייבערס!) קינדער פֿון קליינס ביז גרויס האָבן הנאה פֿון די אויפֿגעפּאַסטע פּראָגראַמען פֿון שפּילן, זינגען, האַנטאַרבעט, און פּראָיעקטן, בשעת זײ אַנטװיקלען זײער שפּראַך־קענטענישן. יעדע קינדער-גרופּע האָט פּראָגראַמען װאָס זענען צוגעפּאַסט צו זײער עלטער. אונדזער נײַער לאַגער, קוץ לאַגער, באַרימט זיך מיט זײערע צװיי שװימבאַסײן און אַ בילדערישע אָזערע װוּ מען קען זיך שיפֿלען און שװימען, װי אױך אַ מאָדערנעם קונסט־צענטער. די עסזאַל, די צימערן, און די פּראָגראַם־זאַלן זײַנען אַלע אױף דער אָזערע. קױש־באָל, הילקע־פּילקע, און אַרױסשפּאַצירן אין װאַלד זענען עטלעכע פֿון די פּאָפּולערע דרױסנדיקע אַקטיװיטעטן אויף דער ייִדיש־װאָך. דאָס עסן איז כּשר, מיט װעגעטאַרישע ברירות. אַן אָרטאָדאָקסישער משגיח פּאַסט אױף אױף אַלע מאָלצײַטן דורך דער װאָך. שבת זענען דאַװענען אי טראַדיציאָנעלע (אָרטאָדאָקסישע), אי עגאַליטערישע־קאָנסערװאַטיװע מנינים, און ס׳איז אױך דאָ װעלטלעכע אַקטיװיטעטן. יוגנטרוף איז אַן אמתע געזעלשאַפֿט פֿון ייִדיש־רעדערס, סטודענטן, פּראָפֿעסאָרן, קינסטלערס, אַקטיװיסטן, שרײַבערס, און מוזיקערס. אונדזערע יוגנטרוף מיטגלידער האַלטן לעקציעס, טרעטן אויף, און פֿירן אָן מיט די װאַרשטאַטן און דיסקוסיעס כּדי זיך צו צעטײלן מיט זײער קענטעניש, טאַלאַנט, און ליבע פֿאַר מאַמע־לשון. אױף דער ייִדיש־װאָך קומען אַ סך גרױסע ייִדיש־מומחים און ־טאַלאַנטן, איז די פּראָגראַם תּמיד אַן ערשטקלאַסישע. ס׳איז אַן איבערלעבונג װאָס איר װעט נישט געפֿינען אין קײן אַנדער אָרט.

צוריק צו פּראָגראַמען