ייִדיש־װאָך 2014

די ייִדיש־װאָך װעט פֿאָרקומען דעם 12טן־18טן אױגוסט אינעם פּערלסטאָן־צענטער אין מערילענד, קומט צוריק צו דעם זײַטל פֿון צײַט צו צײַט צו זען דערהײַנטיקטע אינפֿאָרמאַציע

פּערלסטאָן־קאָנפֿערענץ־צענטער

  • אָרגאַנישע אױפֿנאָרטיקע פֿאַרם
  • כּשרע קיך מיטן הכשר פֿון סטאַר־קײ
  • שפּיל־ און געניטונג־צימערן
  • לעקציע-/פּראָגראַם-צימערן
  • ספּאָרטפֿעלדער/ספּאָרטפּלעצער
  • צימערן פֿון אַ האָטעל־קװאַליטעט
  • באַרגשפּאַצירן און װאַלדשפּאַצירן
  • עפֿנטלעכע און פּריװאַטע רוצימערן
  • אָנדראָטיקע אינטערנעץ/לופֿטקילונג
  • שווימבאַסײן
  • צוטריט צו אַלע
  • קינדער-שפּילפּלאַץ


מיט גרינסן דירעקט פֿון אונדזער אָרגאַנישן פֿאַרם, אונדזער באַטעמטער און כּלערלײיִקער מעניו בײַט זיך אָפֿט, אױסגעקליבן פֿון אונדזער געניטן שעף. מיר ספּעציאַליזירן זיך מיט נאָכקומען אײַערע דיעטעטישע פֿאָדערונגען, סײַ װעגיטאַרישע אָדער װעגאַנע, סײַ אַלערגישע, סײַ קינדער־פּאַסיקע.

דער הױפּט קאָנפֿערענץ־צימער האָט דרײַ גאָרנס, מיט צוטריט צו אַלע מיט טרעפּ און אַ ליפֿט. אַלע צימערן זײַנען באַלױכטן מיט נאַטירלעכע ליכט ־ 4 גרױסע זיצונג־צימערן, 3 גרױסע קלאַסצימערן, און 5 קלענערע פּראָגראַם־צימערן פֿאַר קלענערע שמועסן.

יעדע שלאָפֿצימער און הײַזעלע האָט זײַן אײגן װאַשצימער, און פּערלסטאָן שטעלט צו לײַלעכער, קאָלדרעס, האַנטעכער, און זײף פֿאַר אַלע געסט.