צוריק צו דער ייִדיש־װאָך

צוליב דער ברײטהאַרציקײט פֿון דער פֿונדאַציע א״נ חנה יאַכנעס ז׳׳ל און אַנדערע בײַשטײַערן פֿון יחידים, קענען מיר אָנבאָטן סובסידיעס פֿאַר אַ באַגרענעצטער צאָל ייִדיש־װאָך אָנטײלנעמער װאָס קענען נישט באַצאָלן דעם פֿולן פּרײַז. װען די רעגיסטראַציע עפֿנט זיך אין פֿרילינג 2025 װעט זײַן אַן אַפּליקאַציע־בױגן פֿאַר די װאָס װילן אָנגעבן אױף דער סטיפּענדיע. מיר װעלן נישט בעטן קײן פּריװאַטע פֿינאַנציעלע אינפֿאָרמאַציע.