צוריק צו דער ייִדיש־װאָך

צוליב דער ברײטהאַרציקײט פֿון דער פֿונדאַציע א״נ חנה יאַכנעס ז״ל און אַנדערע בײַשטײַערן פֿון יחידים, קענען מיר אָנבאָטן סטיפּענדיעס פֿאַר אַ באַגרענעצטער צאָל ייִדיש־װאָך אָנטײלנעמער װאָס קענען נישט באַצאָלן דעם פֿולן פּרײַז. יעדער אײנער מעג אָנגעבן אױף דער סטיפּענדיע. דער טערמין הײַיאָר איז דעם 21סטן יוני, 2025. אָנגעבן גיט מען אָן אַזױ:

1) פֿילט אױס דעם געװײנלעכן ייִדיש־װאָך־רעגיסטראַציע־בױגן.

2) אױפֿן באַשטעטיקונג־זײַטל, אָנשטאָט צו באַצאָלן זאָלט איר אױספֿילן דעם סטיפּענדיע־אַפּליקאַציע בױגן. דער בױגן װעט זיך נאָכפֿרעגן װעגן אײַער ייִדיש־קענטעניש און הינטערגרונט, פֿאַר װאָס איר װילט קומען אױף דער ייִדיש־װאָך, און װיפֿל איר קענט אױספֿירן צו באַצאָלן. איר װעט נישט דאַרפֿן צושטעלן װײַטערדיקע פֿינאַנציעלע אינפֿאָרמאַציע.

3) נאָכן טערמין װעט יוגנטרוף צעטײלן די באַגרענעצטע געלטער צװישן די אַפּליקאַנטן. אין פֿריערדיקע יאָרן האָבן מערסטע סטיפּענדיע־אַפּליקאַנטן געקענט קומען אױף דער ייִדיש־װאָך מיט אַ צוטריטלעכן פּרײַז.