די פֿינף בנינים מיט פּריװאַטע צימערן זענען, פֿון צפֿון ביז דרום, כּנען, ירושלים, גן־עדן, תּל־אָבֿיבֿ, און נגבֿ. דער עסזאַל איז צװישן כּנען און ירושלים. דער שװימבאַסײן איז פֿאַר גן־עדן. די געטײלטע בײַדלעך (כּתרילעװקע) זענען אױף דער אַנדערער זײַט אָזערע (אַ שפּאַציר פֿון 5־10 מינוט פֿון עסזאַל).

די פּרײַזן קענט איר זען דאָ אונטן.

כּנען/נגבֿ: די נײַערע בנינים. צימערן האָבן אַ פּריװאַטן װאַשצימער, לופֿטקילונג, אַ שאַפֿע, קאַמאָד, לעמפּל, און װײַפֿײַ (כאָטש מיר גאַראַנטירן נישט אַז ס׳װעט זײַן אַ פֿאַרבינדונג מיטן העכסטן קװאַליטעט!). מע האָט ערשט דעם װינטער רעמאָנטירט די װאַשצימערן. אַלע צימערן טײלן זיך מיט אַ װעראַנדע װאָס מע קומט אָן צו דעם מיט אַ ראַמפּע. טאָמער װילט איר אַ ספּעציפֿישן בנין, זײַט אַזױ גוט און דערמאָנט עס אין די קאָמענטאַרן אין אײַער רעגיסטראַציע.

כּנען/נגבֿ א: אַן אײנצל־צימער װאָס קוקט אַרױס אױף דער אָזערע.

כּנען/נגבֿ ב: אַן אײנצל־צימער װאָס קוקט אַרױס אױפֿן װאַלד.

כּנען/נגבֿ ג: אַ טאָפּל־צימער װאָס קוקט אַרױס אױף דער אָזערע.

כּנען/נגבֿ ד: אַ טאָפּל־צימער װאָס קוקט אַרױס אױפֿן װאַלד.

כּנען/נגבֿ צימער אױפֿגעשטעלט װי אַ טאָפּל־צימער
כּנען/נגבֿ צימער, אױפֿגעשטעלט װי אַ טאָפּל־צימער

ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ: די עלטערע בנינים. צימערן האָבן אַ פּריװאַטן װאַשצימער, לופֿטקילונג, אַ שאַפֿע, קאַמאָד, לעמפּל, און װײַפֿײַ (כאָטש מיר גאַראַנטירן נישט אַז ס׳װעט זײַן אַ פֿאַרבינדונג מיטן העכסטן קװאַליטעט!). מע האָט ערשט דעם װינטער רעמאָנטירט די װאַשצימערן. אַלע צימערן טײלן זיך מיט אַ װעראַנדע װאָס מע קומט אָן צו דעם מיט אַ ראַמפּע. טאָמער װילט איר אַ ספּעציפֿישן בנין, זײַט אַזױ גוט און דערמאָנט עס אין די קאָמענטאַרן אין אײַער רעגיסטראַציע.

ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ א: אַן אײנצל־צימער װאָס קוקט אַרױס אױף דער אָזערע.

ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ ב: אַן אײנצל־צימער װאָס קוקט אַרױס אױפֿן װאַלד.

ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ ג: אַ טאָפּל־צימער װאָס קוקט אַרױס אױף דער אָזערע. מערסטע צימערן זענען אױפֿגעשטעלט מיט צװײ אײנצלבעטן; טײל זענען אױפֿגעשטעלט מיט טאָפּלבעטן (מלכּה־גרײס).

ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ ד: אַ טאָפּל־צימער װאָס קוקט אַרױס אױפֿן װאַלד.  מערסטע צימערן זענען אױפֿגעשטעלט מיט צװײ אײנצלבעטן; טײל זענען אױפֿגעשטעלט מיט טאָפּלבעטן (מלכּה־גרײס).

ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ צימער, אױפֿגעטשעלט װי אַן אײנצל־צימער
ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ צימער, אױפֿגעטשעלט װי אַן אײנצל־צימער
ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ צימער, אױפֿגעשטעלט װי אַ טאָפּל־צימער מיט צװײ אײנצלבעטן
ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ צימער, אױפֿגעשטעלט װי אַ טאָפּל־צימער מיט צװײ אײנצלבעטן
ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ צימער, אױפֿגעשטעלט װי אַ טאָפּל־צימער מיט אַ טאָפּלבעט (מלכּה־גרײס)
ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ צימער, אױפֿגעשטעלט װי אַ טאָפּל־צימער מיט אַ טאָפּלבעט (מלכּה־גרײס)

כּתרילעװקע: באַקװעמע בײַדלען, פֿריש רעמאָנטירט מיט האַרטע סאָסנעהאָלץ און נײַע װאַשצימערן. יעדעס בײַדל קען אײַנקװאַרטירן 16 מענטשן. די בעטן זענען סײַ אײנצלבעטן סײַ באַנקבעטלעך. יעדער בעט האָט אָפֿענע אַלקערלעך אָנשטאָט אַ שאַפֿע אָדער אַ קאָמאָד. װאַשצימערן מיט קלאָזעטן און אָפּגאָסן זענען אינעם בײַדל; אַ שפּריצהױז פֿאַר יעדן בײַדל געפֿינט זיך אין דרױסן. נישטאָ קײן לופֿטקילונג, אָבער מיט נעצפֿענצטער מיט לאָדנס אַרום דעם גאַנצן בנין פֿילט קיל. פֿאַראַן װײַפֿײַ מיט אַ שװאַכער פֿאַרבינדונג. די בײַדלעך זענען אױפֿן בערגל, אַ שפּאַציר פֿון 5־10 מינוט אַװעק פֿון עסזאַל. 

כּתרילעװקע א: פֿאַר די װאָס אידענטיפֿיצירן זיך װי אַ פֿרױ/מײדל אָדער אומצװײיִק.

כּתרילעװקע ב: פֿאַר די װאָס אידענטיפֿיצירן זיך װי אַ מאַן/ייִגנל אָדער אומצװײיִק.

כּתרילעװקע בײַדל מיט בעטן
כּתרילעװקע בײַדל מיט בעטן
כּתרילעװקע בײַדל מיט בעטן
כּתרילעװקע בײַדל מיט בעטן
אָפּגאָסן אין קלאָזעט
אָפּגאָסן אין קלאָזעט
שפּריצהױז
שפּריצהױז

פּרײַזן

צימער $/װאָך $/װאָכנטאָג $/סוף־װאָך־טאָג
כּנען/נגבֿ א $2,220 $405 $485
כּנען/נגבֿ ב $1,930 $355 $420
כּנען/נגבֿ ג $1,360 $245 $295
כּנען/נגבֿ ד $1,195 $220 $260
ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ א $1,570 $285 $345
ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ ב $1,370 $250 $300
ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ ג $970 $175 $215
ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ ד $800 $145 $175
כּתרילעװקע א $720 $110 $140
כּתרילעװקע ב $720 $110 $140
קינד (4־12) $580 $105 $128
צופֿאָרער $670 $110 $140