װאָס איז די ייִדיש-װאָך? (ייִ״װ)
זי איז די אײנציקע גאַנצװאָכיקע אונטערנעמונג װאָס װערט אַדורכגעפֿירט אין גאַנצן אױף ייִדיש. קנאַפּע 170 מענטשן פֿון אַרום דער װעלט קומען זיך צונױף יעדן אױגוסט כּדי צו װױנען אין „ייִדיש־לאַנד“, װוּ מע קען זיך אױסלעבן אױף מאַמע־לשון. די ייִ״װ איז אונטערן רשות פֿון יוגנטרוף – יוגנט פֿאַר ייִדיש. ס’איז שױן העכער 45 יאָר װי די ייִ״װ קומט פֿאָר. מע באַצײכנט די ייִ״װ װי אַ געמיש פֿון װוּדסטאָק און אַ קיבוץ – נאָר אָן דער נאַרקאָטיק און רעשיקער מוזיק – װײַל די ייִ״װ שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אַמתן ציבור אין פֿולסטן זין פֿון װאָרט. יעדער מעג צושטעלן אַ פּלײצע מיט זײַנע טאַלאַנטן, קענטענישן און פֿעיִקײטן. די הױפּט־מומחים און טאַלאַנטן פֿון דער ייִדיש־װעלט קומען אױף דער ייִ״װ – איז די פּראָגראַם אַן ערשטלאַסיקע. אין דער ייִ״װ באַטײליקן זיך סײַ יונגטלעכע, סײַ גײַסטיק יונגע. זי דיסקרימינירט ניט צוליב רעליגיע, ראַסע אָדער פּאָליטישער אָנגעהעריקײט, נאָר מיט דעם, װאָס מע זאָל זײַן גרײט צו רעדן ייִדיש אַ גאַנצע װאָך.
װען איז די ייִ”װ?
די ייִדיש־װאָך הײַיאָר (2019) װעט פֿאָרקומען מיטװאָך דעם 14טן אױגוסט ביז דינסטיק דעם 20סטן אױגוסט. די ייִ״װ װעט אָנהײבן אַרום 4:00 נאָך מיטאָג מיטװאָך און װעט ענדיקן אַרום 1:30 נאָך מיטאָג דינסטיק.
ייִדיש־קענטעניש
איך קען ניט לײענען אָדער שרײַבן ייִדיש. מעג איך דאָך קומען אױף דער ייִ״װ?
יאָ! מערסטע פֿון דער אינפֿאָרמאַציע אױף דער ייִ״װ גופֿא שרײַבט מען סײַ אױף ייִדיש (מיט ייִדישע אותיות) סײַ אױף טראַנסליטעראַציע (ייִדיש מיט ענגלישע אותיות).
ס’איז שױן יאָרן װי כ’רעד ניט קײן ייִדיש װאָרט, אָבער איך פֿאַרשטײ אַלץ. מעג איך דאָך קומען?
ס’איז דאָ סײַ אַ פּשוטער ענטפֿער, סײַ אַ קאָמפּליצירטער.
1. דער פּשוטער ענטפֿער. שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אײנעם פֿון די ייִ״װ־אָרגאַניזירערס. מע װעט מיט אײַך פֿאַרפֿירן אַ שמועס אױף ייִדיש און דערמיט זיך דערװיסן, צי די ייִ״װ איז פּאַסיק פֿאַר אײַך. כּדי זיך צו שטעלן אין קאָנטאַקעט מיט די אָרגאַניזירערס, שיקט אַ בליצבריװ אױף yvokh@yugntruf.org אָדער גיט אַ קלינג אױף 1-212-796-5782.
2. דער קאָמפּליצירטער ענטפֿער. אױף דער ייִ״װ איז דאָס רעדן ייִדיש ניט װייניקער װיכטיק װי דאָס פֿאַרשטײן. יעדער װאָס קומט דאַרף סײַ קענען, סײַ װעלן רעדן ייִדיש. אױב איר רעדט ניט קײן ייִדיש װאָרט שױן װיפֿל יאָרן, לייגט זיך אױפֿן שׂכל אַז עס װעט אײַך אָנקומען אַזױ פֿיל שװערער זיך װידער צו צערעדן פֿון דאָס נײַ. עס װאָלט דאָך פֿאַרשטערט דעם ציל פֿון דער ייִ״װ, װען מענטשן זאָלן קומען און רעדן ענגליש (אָדער רוסיש וכדומה). דער עיקר–ציל פֿון דער ייִ״װ איז אַז מען זאָל פֿאַרברענגען (כאָטש) אײן װאָך אַ יאָר אױף אַ פּלאַץ װוּ יעדער רעדט נאָר ייִדיש. מיר װאָלטן רעקאָמענדירט, איר זאָלט זוכן ייִדיש־קורסן, ייִדיש־קאָמפּאַקטלאַך, ייִדיש־שמועסקרײַזן (“װינקלען”) און פּריװאַטע ייִדיש־לערערס. הײבט אָן רעדן ייִדיש מיט מענטשן װאָס האָבן ליב די שפּראַך, און נאָך עטלעכע חדשים רעדן אַלץ מער מאַמע־לשון, װעט איר זיך װידער אײַנגעװױנען. אױף דער מדרגה װאָלט איר געקענט סײַ הנאה האָבן אױף דער ייִ“װ, סײַ ניט שטערן יענעמס ייִ״װ-איבערלעבונג.
דעם זומער זיץ איך אין אַן אָנהײבער־ייִדיש־קורס. איז די ייִ״װ פּאַסיק פֿאַר מיר?
אױב דער אָנהײבער־ייִדיש־קורס איז אױף אײנער פֿון די אינטענסיװע זומער־פּראָגראַמען — װי, למשל, די ייִװאָ זומער־פּראָגראַם א״נ אוריִאל װײַנרײַך בײַם באַרד־קאָלעדזש , די װילנע־ייִדיש־פּראָגראַם, די פּראָגראַם א״נ נעמי קאַדאַר־פּראַװער, אָדער די ייִדיש־פֿאַרם זומער־פּראָגראַם — קען מען אָננעמען אַז איר לערנט זיך ייִדיש אין דער טיף, אין דער לענג, און דער ברײט. אין דעם פֿאַל װאָלט די ייִ״װ געװען דער לאָגישער װײַטערדיקער טריט.
2. אױב דער אָנהײבער־ייִדיש־קורס טרעפֿט זיך, װידער, אײן מאָל אַ װאָך אױף אַָנדערטהאַלבן שעה, קען מען אָננעמען אַז איר װעט ניט זײַן גרײט אױף דער ייִ״װ, סײַדן איר לערנט זיך ייִדיש פֿאַר זיך אַלײן אױך. נאָך אַ מאָל: רעדט מיט די אָרגאַניזירערס זיך צו דערװיסן, אױב איר קענט טאַקע פֿירן אַ שמועס אױף מאַמע־לשון.
מעג מען כאָטש רעדן ענגליש כּדי צו פֿרעגן: «װי זאָגט מען … אױף ייִדיש?»
יאָ.
דער מאַן/די פֿרױ קומט מיט מיט מיר. ער/זי רעדט ניט קײן ייִדיש, נאָר איך װעל אַלץ איבערזעצן פֿאַר זײ.
באַגרענעצטער . מיר קענען זיך פּשוט ניט פֿאַרגינען אַװעקצוגעבן די ערטער מיר װילן אױך אַז אַלע באַטײליקטע זאָלן זיך קענען אָנטײלנעמען אין אונדזער מיסיע און אַקטיװיטעטן און זיך קענען באַקענען אײנער מיטן צװײטן דירעקט, אָן קײן פֿאַרמיטלער. מענטשן װאָס װעלן ניט רעדן קײן ייִדיש. מיר װילן אױך אַז אַלע באַטײליקטע זאָלן זיך קענען אָנטײלנעמען אין אונדזער מיסיע און אַקטיװיטעטן און זיך קענען באַקענען אײנער מיטן צװײטן דירעקט, אָן קײן פֿאַרמיטלער.
הײַיאָר, אָבער, װעלן מיר אָנהײבן אַ פּרוּװ־פּראָגראַם פֿאַר די אַזױ־גערופֿענע „מיטגעשלעפּטע“ (דאָס הײסט, די װאָס זײערע מענער/װײַבער/לעבנס־באַגלײטער רעדן ייִדיש אָבער זײ אַלײן רעדן נישט קײן ייִדיש אָדער רעדן װײניק/שװאַך ייִדיש). די „מיטגעשלעפּטע“ װאָלטן געהאַט די אײגענע קלאַסן אין דער פֿרי, און זיך באַטײליקט אינעם אַלגעמײנעם פּראָגראַם דער רעשט פֿונעם טאָג. אױב איר זענט אינטערעסירט, שטעלט זיך אין קאָנטאַקט מיט meenalifshe@yugntruf.org.
די דעמאָגראַפֿיק
װאָס פֿאַר אַ מין מענטשן קומען אױף דער ייִ״װ?
אַלע מינים. יעדער עלטער, פֿון פּיצלעך קינדער ביז בני־שמונים. פֿרומע און װעלטלעכע. אָרטאָדאָקסישע און עגאַליטאַרישע. ס’רובֿ ייִדן, כאָטש אױך ניט־ייִדן. פֿרײַלײדיקע, פּאָרפֿעלקער, פּאָרלעך, אַלמנות, אַלמנס, עלטערן מיט צי אָן די קינדער, און חתונה־געהאַטע אָן צי מיט די פֿרױען/מענער. זײ קומען אַזש פֿון אױסטראַליע און פֿון גאָר ניט װײַט, װי באָלטימאָר, מערילענד.
עס װעלן קומען מענטשן אין מײַן עלטער?
אין װאָס פֿאַר אַן עלטער איר זאָלט ניט זײַן, זײַנען דאָ מענטשן אין אײַער עלטער אױף דער ייִ״װ.
עס זײַנען דאָ קינדער, קאַלעדזש־ און גראַדויִר־סטודענטן, און מענטשן אין די 30ער, 40ער, 50ער, 60ער, 70ער, און 80ער.
עס קומען אױך אַנדערע ניט־חתונה־געהאַטע אױף דער ייִ״װ?
זעט דעם ענטפֿער אױף «װאָס פֿאַר אַ מין מענטשן…?» דאָ אױבן.
די אַקטיװיטעטן
װאָס פֿאַר אַ מין אַקטיװיטעטן װעלן זײַן?
צום אַלעם ערשטן איז אַװדאי אַלץ אױף ייִדיש. יעדן פֿרימאָרגן זײַנען דאָ צװײ אַקטיװיטעטן, און צו מאָל נאָך מער ברירות, אַרײַנגערעכנט רעפֿעראַטן, שמועסן, װאַרשטאַטן, קאָמפּיוטער־קרײַזן, ייִדיש־קלאַסן. טײל מאָל זײַנען די רעפֿעראַטן און שמועסן אױף ייִדישע טעמעס, טײל מאָל אױף ייִדיש־טעמעס, און טײל מאָל אױף אַ טעמע װאָס האָט ניט קײן שײַכות מיט ייִדישקײט בכלל. באַלד נאָך מיטאָג איז דאָ אַ דריטע אַזאַ אַקטיװיטעט. יעדן טאָג קען מען זיך באָדן אינעם שײנעם דרױסנדיקן שװימבאַסײן, זיך שיפֿלען אין הילקע־פּילקע, נעצבאָל און קױשבאָל און הערן אַ משניות/גמרא־שיעור. אין אָװנט זײַנען דאָ לאַגער־פֿײַערן, טאַלאַנטאַרניעס, קאָנצערטן, פֿילמען, שפּילן װערטערשפּילן און קלעזמערטענץ. דאָס זײַנען די באַשטימטע אַקטיװיטעטן. עס איז אױך אַלע מאָל דאָ צײַט אױף צו שמועסן, זיך אָפּרוען, לײענען, שרײַבן אָדער לערנען זיך.
צי מוז איך גײן אױף יעדער אַקטיװיטעט?
מע מעג גײן אױף װיפֿל נאָר עס גלוסט זיך.
טײל קומען אױף דער ייִ״װ װײַל זײ װילן זיך אױסשפּאַנען, לײענען ביכער, גײן שװימען אאַ״װ אױף אַ פּלאַץ װוּ יעדער רעדט ייִדיש. טײל קומען װײַל זײ װילן אַרײַנכאַפּן יעדן רעפֿעראַט און דיסקוסיע װאָס זײ קענען נאָר.
די צײַטפּלאַן װעט מען אױסטײלן דעם ערשטן טאָג, און עס װעט אױך שטײן אינעם הױפּט אַרײַנגאַנג־זאַל.
װאָסערע מינים אַקטיװיטעטן װעלן זײַן פֿאַר מײַן קינד?
מיר בעטן אײַך נישט מיטצוברענגען אײַער קינד אױב ער/זי רעדט נישט קײַן ייִדיש אָדער איז נישט גרײט זיך צו שפּילן אױף ייִדיש מיט אַנדערע קינדער. טאָמער קען אײַער קינד שױן רעדן ייִדיש נישקשה, זײַנען דאָ *אַ סך* אַקטיװיטעטן פֿאַר אײַער קינד. עס װעט זײַן אַ ברײטע קינדער־פּראָגראַם פֿאַר אַלע קינדער יעדן אין דער פֿרי מיט קונסט, דערציונג, און מוזיק. אױף דעם דאַרף מען צוצאָלן אַ ביסל. טאָמער װילט איר אָבער אײַער קינד זאָל זיך אָנהײבן לערנען ייִדיש, זוכט ייִדיש־קלאַסן, ייִדיש־קאָמפּאַקטלעך און פּריװאַטע ייִדיש־לערערס פֿאַר אײַער קינד בײַ אײַך אין שטאָט. אױב איר קענט אַלײן ייִדיש, הײבט אָן עס אַרײַנצופֿלעכטן אין אײַערע טאָג-טעגלעכע באַציִונגען מיטן קינד. נאָך עטלעכע חדשים װעט דאָס קינד אַלץ מער פֿאַרשטײן און װעט מיט דער צײַט קענען אַלץ מער ענטפֿערן. װען דאָס קינד קען שױן פֿאַרשטײן אַלץ און רעדן כאָטש אַ הינקעדיק ייִדיש, װאָלט ער/זי שױן געקענט הנאה האָבן און זיך אױסלעבן אױף דער ייִ״װ.
עס זײַנען אױך דאָ ייִדיש־קלאַסן פֿאַר אָנהײבערס?
נײן.
צי קען מען מיך פֿאַרבעטן צו האַלטן אַ רעדע / שפּילן / אויפֿטרעטן אױף דער בינע?
זיכער. יעדער װאָס פֿירט אָן מיט אַן אַקטיװיטעט אױף דער ייִ״װ טוט עס פֿרײַװיליק (כאָטש מ׳באַקומט אױף דעם אַ קלײנע הנחה אױף רעגיסטראַציע). די ייִ״װ איז אַ הײמישע סבֿיבֿה. די ייִ״װ דינגט ניט קײן לעקטאָרן אָדער קינסטלערס. די ייִ״װ צאָלט ניט פֿאַר די צימערן פֿון די װאָס האַלטן רעפֿעראַטן און טרעטן אויף אױף דער בינע. אָבער אַזױ װי אױף דער ייִ״װ קומען אַ סך גרױסע ייִדיש־מומחים און ־טאַלאַנטן, איז די פּראָגראַם תּמיד אַן ערשטקלאַסיקע. אױב איר װילט אָנפֿירן מיט אַן אַקטיװיטעט, זײַט אַזױ גוט און שיקט אַ בליצבריװ אױף yvokh@yugntruf.org װאָס גיכער.
איר קענט מיר שיקן אַ צײַטפּלאַן פֿון אַקטיװיטעטן?
נײן. די אַקטיװיטעטן באַשטימט מען נאָר נאָך דעם װי יעדער האָט זיך פֿאַרשריבן. דעמאָלט זעט דער קאָאָרדינירערין װער עס האָט װאָלונטירט אױף אָנצופֿירן מיט אַקטיװיטעטן און װעלכע אַקטיװיטעטן מע האָט װאָלונטירט אָנצופֿירן. דעם צײַטפּלאַן פֿאַרענדיקט מען געװײנטלעך אין מיטן אױגוסט. טאָמער װילט איר אָבער, איז דאָ אױפֿן װעבזײַטל אַ פֿאַראַיאָריקער צײַטפּלאַן װאָס איר קענט איבערקוקן.
דאָס רעגיסטרירן זיך
צי מוז מען קומען אױף דער גאַנצער װאָך?
נײן. מע מעג קומען אַפֿילו אױף נאָר אײן נאַכט. קוקט נאָך אַלע ברירות אױפֿן רעגיסטריר־בױגן אױפֿן װעבזײַטל.
פֿאַר װאָס איז דער טאָגפּרײַז העכער במשך פֿון סוף־װאָך?
אָנבאָט און נאָכפֿרעג. אין די װאָכנטעג איז געוויינטלעך מאָל דאָ איבעריקער פּלאַץ, נאָר שבת־זונטיק איז קאָפּ אױף קאָפּ.
פֿאַר װאָס איז דער פּרײַז אױף דער גאַנצער װאָך ביליקער אין טײל פֿאַלן װי דער פּרײַז אױף פֿינף טעג?
װען אײנע(ר) קומט נאָר אױף עטלעכע טעג, פֿאַרנעמט ער/זי אַ פּלאַץ װאָס מע װאָלט אַנדערש גענוצט אױף דער גאַנצער װאָך. איז אונדז ליבער די באַטײליקטע זאָלן זײַן גאַנצװאָכניקעס.
מעג איך זיך טײלן מיט עמעצן («טײַם־שײר»), אַזױ אַז איך צאָל פֿאַרן צימער אױף אַ האַלבער װאָך און יענער צאָלט אױף דער צװײטער העלפֿט?
נײן.
איך האָב אַ הויז לעבן דער קאָלאָניע. איז דאָ אַ ספּעציעלער פּרײַז פֿאַר צופֿאָרערס?
יאָ. שטעלט זיך אין קאָנטאַקט מיט yvokh@yugntruf.org.
עס זײַנען דאָ הנחות פֿאַר סטודענטן? פֿאַר עלטערע לײַט? פֿאַר װײַטפֿאָרערס?
(1) פֿאַר סטודענטן, נישט אױטאָמאַטיש: עס זײַנען דאָ מעגלעכע סטיפּענדיעס. זײַט אַזױ גוט און גיט אַ קוק אױף https://www.yugntruf.org/yvokh/stipendyes/.
(2) פֿאַר עלטערע לײַט — נײן.
(3) פֿאַר װײַטפֿאָרערס — בלױז פֿאַר יונגע־לײַט פֿון מיזרח־אײראָפּע, אָבער מיר מוטיקן אײַך צו זוכן שטיץ פֿון אײַער אָרטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס ־ עס איז שױן געשען אין דער פֿאַרגאַנגנהײַט אַז מען האָט געקענט קומען צוליב אַזאַ שטיץ.
מיר האָבן אַ באַגרײניצטע צאָל געלטער צו העלפֿן די װאָס קענען נישט באַצאָלן דעם פֿולן פּרײַז. פֿאַרבינדט זיך מיט yvokh@yugntruf.org איבערצורעדן די מעגלעכקײטן.
צי מעג איך שױן אַרײַנשיקן מײַן רעגיסטריר־בױגן איצט און צאָלן שפּעטער?
דער אױסגעפֿילטער רעגיסטריר־בױגן גילט נאָר מיטן אָפּצאָל. שיקט זײ אין אײנעם. מיר װעלן נישט פֿאַרשרײַבן אײַער רעגיסטראַציע ביז איר זאָלט נישט באַצאָלן.
צי מעג איך פּשוט איצט צאָלן אַן אַדערױף און צאָלן דאָס איבעריקע שפּעטער?
נײן. צאָלט די גאַנצע סומע, צוזאַמען מיט דעם רעגיסטריר־בױגן. אַז איר האָט הײַיאָר נאָך נישט באַצאָלט קײן מיטגליד־געלט, שיקט דאָס אַרײַן צוזאַמען מיט אײַער רעגיסטראַציע.
אױב איר קענט נישט באַצאָלן די פֿילע סומע צוליב פֿינאַנציעלע סיבות און װילט אױפֿשטעלן אַ באַצאָל־פּלאַן, װעט אפֿשר זײַן מעגלעך. שטעלט זיך אין קאָנטאַקט מיט yvokh@yugntruf.org.
װי שפּעט קען איך באַשליסן אַז איך װיל קומען אױף דער הײַיאָריקער ייִ״װ?
מע קען װאַרטן װי לאַנג מע װיל, נאָר דורכױס אױף דער אײגענער ריזיקע.
ס’איז אױך דאָ אַ צוצאָל פֿון $75 פֿאַר יעדן, װאָס פֿאַרשרײַבט זיך נאָכן 1טן אױגוסט.
שיקט אַרײַן װאָס גיכער צו פֿאַרזיכערן אַז דער צימער װאָס איר װילט איז נאָך צום האָבן.
עס זײַנען דאָ נאָר אַ באַגרײניצטע צאָל צימערן, קען זיך טרעפֿן אַז אַלץ זאָל פֿאַרנומען װערן העט פֿאַר דער ייִ״װ. פֿון דער צװײטער זײַט: (1) זײַנען אױך אַ מאָל דאָ אַנולירונגען אין אױגוסט; (2) טאָמער האָט מען אַן אױטאָ און ס׳איז אַלץ אײנס װאָסער צימער מע קריגט קען מען זיך אפֿשר פֿאַרשרײַבן אין דער לעצטער מינוט, כאָטש מיר רעקאָמענדירן עס ניט; און (3) טאָמער קומט איר נאָר אױף אַ טאָג־צװײ במשך פֿון די װאָכנטעג קענען מיר אײַך אפֿשר אין דעם פֿאַל גאַנץ שפּעט אױך אַרײַנקװעטשן.
פֿאַרשרײַבט זיך װאָס גיכער. מע װעט אײַך לאָזן װיסן טאָמער קען מען ניט נאָכקומען אײַער צימער־בקשה
קען איך באַצאָלן מיט אַ קרעדיט־קאַרטל? צי מיט אַנדערע מיטלען?
(1) מען קען באַצאָלן דורך פּײפּעל אין דער לעצטער סטאַדיע פֿונעם רעגסיטראַציע־פּראָצעס.
(2) טאָמער האָט איר פֿראַגעס װעגן אַנדערע אופֿנים פֿון באַצאָלן, זאָלט איר שיקן אַ בליצבריװ צו די אָרגאַניזירערס (yvokh@yugntruf.org) אָדער קלינגען אױף1-212-796-5782 .
צי מעג איך פֿאַרבעטן אַ גאַסט (וואָס רעדט ייִדיש) אױף אַ מאָלצײַט?
יעדער גאַסט אױף אַ מאָלצײַט װעט אױף דעם מאָלצײַט צאָלן יוגנטרוף אַ בײַשטײַער פֿון $25.
,כּדי דאָס צו אַראַנזשירן, זײַט אַזױ גוט און שרײַבט אונדז אױף
װער װעט זײַן מײַן מיטװױנער? כ’זאָרג זיך טאָמער זײַנען מיר ניט צוגעפּאַסט.
די אָרגאַניזירערס פּרוּװן זיך דערװיסן װעגן די מענטשן װאָס בעטן מיטװױנערס ,און מע מאַכט אַ שידוך לױט דער דאָזיקער אינפֿאָרמאַציע. דער עלטער איז אײן באַשטימיקער פֿאַקטאָר — פּאָרט מען געװײנטלעך צונױף מענטשן אין אײן עלטער. נאָך אײן פֿאַקטאָר קען זײַן די ייִדיש־מדרגה: אַ מאָל בעט אַ שװאַכערער ייִדיש־רעדער, מע זאָל אים צונױפֿפּאָרן מיט אַ צװײטן װאָס רעדט פֿליסיק, און אױב מע געפֿינט אַזאַ װאָס איז מסכּים דערצו, איז אָפּגערעדט. זײַט אַזױ גוט און רעדט אָפֿן מיט דער ייִדיש־װאָך־קאָאָרדינאַטאָרין װעגן אײַערע פֿראַגעס, למשל אין שײכות מיט געזונט, צוטריטלעכקײט, אָדער אַנדערע פּערזענלעכע לעבנשטײגער־ענינים אַזױ אַז מיר קענען געפֿינען עפּעס באַקװעמס פֿאַר אײַך.
לגבי רײכערן: ס’איז יעדן פֿאַרװערט דאָס רײכערן, סײַ אין די בינינים, סײַ אױף די װעראַנדעס.
כ’האָב שױן באַצאָלט מײַן מיטגלידגעלט פֿאַר אַ יאָרן. פֿאַר װאָס דאַרף איך װידער צאָלן?
דאָס יוגנטרוף־מיטגלידגעלט, װי בײַ ס’רובֿ אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, איז חל יאָר־אײַן יאָר־אױס. אַ באַצאָלטער מיטגליד איז נאָר דער, װאָס האָט שױן באַצאָלט דאָס הײַיאָריקע מיטגלידגעלט. יעדער דערװאַקסענער װאָס קומט אױף דער ייִ״װ מוז זײַן אַ באַצאָלטער מיטגליד.
איך מוז אַנולירן מײַן רעגיסטראַציע. קענט איר מיר צוריקבאַצאָלן מײַן רעגיסטראַציע־אָפּצאָל?
אונדזער צוריקצאָל־כּלל איז אַזױ:
100% ביזן 8טן יוני
50% ביזן 22סטן יולי
25% ביזן 5טן אױגוסט
מיר װעלן נישט צוריקבאַצאָלן קײן רעגיסטראַציע־אָפּצאָלן נאָכן 5טן אױגוסט.
דער פּלאַץ און דער טראַנספּאָרט
װוּ געפֿינט זיך די ייִ״װ?
אינעם „בערקשיר הילז אײַזנבערג קעמפּ“
159 Empire Rd, Copake, NY 12516, USA
װאָס זײַנען די טעלעפֿאָן־ און פֿאַקס־נומערן אינעם קאָנפֿערענץ-צענטער?
טעלעפֿאָן: 329-3303 (518) פֿאַקס: 619-4488 (646)
װוּ געפֿינען זיך דאָס נאָענטסטע לופֿטפֿעלד און די נאָענסטע באַן־סטאַנציע? װי קומט מען אָן פֿון יענע ערטער צו דער ייִ״װ?
דאָס נעענסטע פֿליפֿעלד איז Albany International, װאָס געפֿינט זיך אַרום אַ שעה װײַט פֿונעם קעמפּ. פֿון דאָרטן װעט מען דאַרפֿן פֿאָרן מיט אַ פּריװאַטן אױטאָ, אַן אויטאָבוס, אָדער אַ טאַקסי.
אונטן געפֿינט זיך אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם אױטאָבוס װאָס פֿאָרט דירעקט פֿון שטאָט ניו־יאָרק צו דער ייִדיש־װאָך.
טוט אויך אַ קוק אויפֿן װעבזײַטל פֿונעם לאַגער פֿאַר אַ מאַפּע װי אַזױ אָנצוקומען.
װעלעכס ניו־יאָרקער לופֿטפֿעלד איז דאָס נאָענטסטע פֿון ייִ״װ־בוס װאָס פֿאָרט אָפּ לעבן פּען-סטאַנציע, אױף 30סטע גאַס צװישן דער 7טער און 8טער עװעניו, מאַנהעטן?
לאַגװאַרדיע־לופֿטפֿעלד — אַ מינוט 20 אָן טראַפֿיק. קענעדי און נואַרק — אַ מינוט 40 אָן טראַפֿיק.
אױב מײַן עראָפּלאַן קומט צו פֿליִען דעם אָװנט אײדער עס הײבט זיך אָן די ייִ״װ, בײַ װעמען קען איך אײַנשטײן?
מיר קענען אױסגעפֿינען במשך פֿון זומער אױב עס זײַנען דאָ בעלנים צו זײַן גאַסטגעבער. טאָמער ניט, װאָלט איר געדאַרפֿט אײַנשטײן אין אַ האָטעל אױפֿן אײגענעם חשבון.
מעג איך דינגען אַן אױטאָ און אַהינפֿאָרן?
זיכער. אױב ניט דער לאַנגער פֿאָר, ניט די הוצאה זײַנען אַ מניעה, און איר האַלט אַז איר װעט דאַרפֿן קומען און אַװעק פֿון דער ייִ״װ במשך פֿון דער ייִ״װ, קען דאָס דינגען אַן אױטאָ פֿאַרגרינגערן אײַך דאָס לעבן. עס זענען, אָבער, נישטאָ קײן אױטאָ־פֿאַרדינגערס זײער נאָװנט צו דער זומער־קאָלאָניע, װאָלט איר געמוזט דינגען דאָס אױטאָ אױף אַ גאַנצער װאָך.
װי אַזױ קומט מען אָן מיט אַן אויטאָ?
אַ מאַפּע געפֿינט זיך אויפֿן װעבזײַטל פֿון דער זומער־קאָלאָניע און קען אױך געשיקט װערן צו די װאָס האָבן נישט קיין צוטריט צום אינטערנעץ.
װי לאַנג געדױערט אַהינצופֿאָרן מיט אַן אױטאָ פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק?
אַז מע פֿאָרט מיט אַ דורכשניטלעכער גיכקײט, אַן ערך פֿיר שעה פֿון מידטאַון־מאַנהעטן.
אױב עס דאַכט זיך מיר, אַז איך װעל פֿאַרשפּעטיקן דעם ייִ״װ־בוס, װאָס זאָל איך טאָן? װעמען זאָל איך אָנקלינגען?
פֿאַרשפּעטיקט זיך נישט!
די אינפֿאָרמאַציע װעט איר געפֿינען אין בריװ װאָס מע װעט צעשיקן אָנהײב אױגוסט, סײַ עלעקטראָניש סײַ מיט דער סתּם פּאָסט, יעדן װאָס װעט זיך ביז דעמאָלט האָבן פֿאַרשריבן.
װעט מען מיך קענען אָפּנעמען װען נאָר איך װיל פֿון דער אויטאָבוס-סטאַנציע?
אױב מער װי אַ פּאָר מענטשן קומען אָן אין דער זעלבער צײַט קענען מיר אַראַנזשירן אַז עמעצער זאָל אײַך אָפּנעמען. אױב איר קומט אָן אין אַן אַנדער צײַט װעט איר מוזן אַלײן אָנקומען צום לאַגער, אָבער די סטאַנציע איז נאָר 5 מינוט אַװעק פֿונעם לאַגער.
אױב איר קומט אָן אין אַן אַנדער צײַט װעט איר מוזן אַלײן אָנקומען צום לאַגער, אָבער די סטאַנציע איז נאָר 5 מינוט אַװעק פֿונעם לאַגער. אַז איר פּלאַנירט אָנצוקומען מיטן אױטאָבוס, זײַט אַזױ גוט און לאָזט אונדז װיסן אין פֿאָרױס אױף yvokh@yugntruf.org אין פֿאָרױס.
כ’דאַרף פֿרי אַװעק. מע װעט מיך קענען צופֿירן צו דער סטאַנציע װען איך װיל?
זעט דעם ענטפֿער אױף «װעט מען מיך קענען אָפּנעמען…» דאָ אױבן.
קען איך כאַפּן אַ פֿלי אַהײם 6:00 בײַ טאָג דעם לעצטן טאָג פֿון דער ייִ״װ?
אױב איר פֿאָרט מיט אײַער אײגן אױטאָ, איז יאָ. אָבער צוליבן טראַפֿיק אד״גל, קען מען ניט פֿאָרױסזען װען דער ייִ״װ־בוס װעט קומען צו פֿאָרן אין פּאָרט־אַטאָריטי. טאָ פּלאַנירט ניט קײן פֿלי אַהײם דעם לעצטן טאָג פֿון דער ייִ״װ פֿריִער פֿון 7:00 פֿון לאַגװאַרדיע אָדער פֿריִער פֿון 7:30 פֿון קענעדי אָדער נואַרק. טאָמער מאַכט איר אַ פֿלי־רעזערװאַציע פֿריִער פֿון יענע צײַטן אױף יענער דאַטע, טוט איר עס אױף דער אײגענער ריזיקע.
מע דאַרף מיך אָפּנעמען פֿון איבערלאָז־פּונקט צוריק װעגס. װוּ פּינקטלעך און װיפֿל אַ זײגער זאָל מען טרעפֿן דעם בוס?
דער אױטאָבוס װעט אָנקומען אױסער פּען-סטאַנציע, אױף 7טע-עװעניו צװישן 31סטע און 32, סטע גאַסן, מאַנהעטן צװישן אַן ערך 1 און 2:30 אַ זײגער נאָך מיטאָג.
דאָס עסן
איז דאָס עסן כּשר?
יאָ. אױף דעם ענטפֿערט מען באַריכות אונטער «כּשרות און פֿרומקײט» דאָ אונטן.
װאָסער מין עסן איז דאָ?
ס’איז געזונט, ס’איז כּשר און ס’איז געשמאַק.
קען אַ װעגעטאַריער זיך אַן עצה געבן?
אַװדאי. עס זײַנען דאָ װעגעטאַרישע ברירות אױף יעדן פֿלײשיקן מאָלצײַט.
כּשרות און פֿרומקײט
װי כּשר איז דאָס עסן?
אַלע עסן אין דער זומער־קאָלאָניע איז כּשר און אַן אָנגעשטעלטער משגיח היט אַלץ אין קיך.
דאָס רעכענט נישט אַרײַן אָבער דאָס װאָס אַנדער אָנטײַלנעמערס ברענגען מיט זיך פּריװאַט.
צי קומען פֿרומע ייִדן אױף דער ייִ״װ?
יאָ. געװײנטלעך זײַנען אַ 10 פּראָצענט פֿון די באַטײליקטע פֿרומע.
צי זײַנען דאָ אָרטאָדאָקסישע און/אָדער עגאַליטאַרישע מנינים?
אַלע יאָר איז שבת דאָ אַ מנין, סײַ אַן אָרטאָדאָקסישער סײַ אַן עגאַליטאַרישער, סײַ פֿרײַטיק צו נאַכטס סײַ שבת אין דער פֿרי. װיכטיק איז צו באַמערקן, אַז בײדע מנינים האַלט מען נאָר װען עס זײַנען דאָ באַטײליקטע, װאָס נעמען זיך אונטער אין פֿאָרױס די אָרגאַניזיר־אַרבעט. אַז איר װילט העלפֿן אָרגאַניזירן, זײַט אַזױ גוט און שרײַבט אונדז אױף yvokh@yugntruf.org.