ייִדיש װאָך — אַלע װאָך 2020

אַנאָנסן

אָט קענט איר געפֿינען אונדזער „װאָס זאָגט עמך?” פֿראַגע־בױגן . צי איר קענט קומען אױפֿן אַקטיװיטעט צי נישט, ענטפֿערט אויף די פֿראַגעס כּדי מיר זאָלן קענען װיסן װאָס זײַנען די פּאָפּולערסטע ענטפֿערס בײַ די ייִדיש־װאָכניקעס!
https://forms.gle/E2aaXtchqCChgP3Y8

מאָנטיק, דעם 24סטן אױגוסט, װעט ד״ר שלום בערגער האַלטן אַ רעפֿעראַט װעגן דעם קאָראָנאַ־װירוס. שיקט אונדז צו אײַערע פֿראַגעס פֿאַרן דאָקטער!
https://forms.gle/LqbwyZrAhuFEwKDe7

מע קען זיך שױן רעגיסטרירן! גיט אַ קוק דאָ אונטן אױף אונדזערע אַקטיװיטעטן. געדענק אַז מיר געבן כּסדר צו נאָך אַקטיװיטעטן, איז קומט־זשע צוריק, אָדער גיט צו דעם קאַלענדאַר צו אײַער גוגל־קאַלענדאַר אָדער אײַ־קאַלענדאַר.

רעגיסטראַציע

רעגיסטרירט זיך דאָ!

איר װעט זיך קענען רעגיסטרירן אױף אַ גאַנצן זומער, אױף אײן חודש, אָדער אױף אינדיװידועלע אַקטיװיטעטן.

צײַטפּלאַן

לאָדט אַראָפּ אױף Google Calendar
לאָדט אַראָפּ אױף iCal

אלע צײַטן באַװײַזן זיך אױף מזרח־ברעג־צײַט
אַחוץ אױב ס׳שטײט בפֿירוש אַנדערש, זענען די אַקטיװיטעטן אױף ייִדיש און אײן שעה לאַנג

אַקטיװיטעטן

צו ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס 100סטן ‏געבוירן־טאָג
דעם 9טן אױגוסט 13:30־15:30

קומט פֿאָר אַ װירטועלער קאָנצערט, װאָס עס פּאַטראָנירן אין אײנעם דער שלום־עליכם־צענטער, יוגנטרוף, דער ייִװאָ, די ייִדיש־ליגע, ציקאָ, דער קאָנגרעס פֿון ייִדישער קולטור, און אַנדערע.

מיר װעלן אָפּגעבן כּבֿוד דער ייִדישער שרײַבערין, פּאָעטעסע, און זינגערין, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן (1920–2013), צו איר הונדערט־יאָריקן געבורטסטאָג. אויפֿן קאָנצערט, פֿאַרקלערט פֿון בנימן שעכטערן, אָרגאַניזירט מיטן צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טאַנץ, און אָנגעפֿירט פֿון שײן בײקערן, וועלן אַרויסטרעטן מײשקע אַלפּערט, לאָרין סקלאַמבערג, אַלישיאַ סװיגאַלס, פּערל טייטלבױם, דזשאָש װאַלעצקי, חיים װאָלף, ריינע און טעמע שעכטער, און דער דועט, סװעטע קונדיש און פּאַטריק פֿאַרעל. די פּראָגראַם װעט דורכגעפֿירט װערן מערסטנטײל אויף ייִדיש. אײַנטריט אומזיסט.

צו זען ביילע־100, זײַט אַזױ גוט און בעט אַ זום־לינק דאָ׃
https://www.yivo.org/Beyle100

אָדער טוט אַ קװעטש אױף אָט דעם לינק צו דער שעה פֿון דער אונטערנעמונג׃
https://www.youtube.com/user/yivoinstitute/

לײענקרײַזן

די לײענקרײַזן קומען פֿאָר בשותּפֿות מיט YAAANA (פֿײסבוק־זײַטל‏).

דאַטעס:

לײענען צענזוסװאַרג
דעם 16טן יולי, 14:00־15:00

מיר װעלן זיך לערנען װעגן דער אינטערעסאַנטער און פֿאַרכאַפּנדיקער טעטיקײט װאָס גײט פֿאָר אױף דער ייִדישער גאַס מיטן צענזוס. מיר װעלן זען אַלע מינים פּירסומװאַרג װאָס די חסידישע קהילות האָבן אַרױסגעגעבן און הערן דאָס ייִדישע צענזוס־ליד.
מיט שמואל יוסף מילשטײן, דער ייִדיש שפּראַכיקער ספּעציאַליסט בײַם פֿאַראײניקטע שטאַטן צענזוס־ביוראָ. ער איז אַחריותדיק צו פֿאַרזיכערן אַז די ייִדיש רעדנדיקע און די ברײטע קהילה איז אַרײַנגערעכנט בשלימות און אַקוראַט אינעם 2020 צענזוס, בשותּפֿות מיר ציבור־געזעלשאַפֿטן.

 

 קאַפֿקאַס לעצטע ליבע — דאָראַ דיאמנט מיט יאנא מאזורקיעוויטש מייסאראש
דעם 6טן אױגוסט, 14:00־15:00

בשעת דעם לײענקרײַז װעלן מיר זיך באַקענען מיט דאָראַ דיאַמאַנט, פֿראַנז קאַפֿקאַס לעצטע געליבטע. זי איז געװען אַ ייִדישיסטקע, אַן אַקטריסע, און אַ פּאָליטישע אַקטיװיסטקע װאָס האָט געלעבט אין אינטערעסאַנטע צײַטן און לענדער. מיר װעלן לײענען און אַרומרעדן צוזאַמען װאָס דאָראַ האָט געשריבן װעגן דעם װעלט־באַקאַנטן אַקטיאָר שלמה מיכאָעלס‎.

 

סעקס־לשון מיט רב נח מיט נח באַרעראַ
דעם 13טן אױגוסט, 14:00־15:00

מע װעט לײענען און דיסקוטירן זײער עראָטישע מאַטעריאַלן פֿונעם ייִװאָ־אַרכיװ. צװישן די אַרומגערעדטע פֿראַגעס: װאָס זענען געװען די סעקסועלע פֿאַנטאַזיעס פֿון ייִדן אין מזרח־אײראָפּע, בפֿרט פֿון ישיבֿה־בחורים? האָבן זײערע פֿאַנטאַזיעס געהאַט אַ רעליגיעזן קנײטש? האָט מען פֿאַנטאַזירט װעגן די העלדן פֿון תּנ״ך?

 

האָבן דעם מוט צו זײַן אַ פֿרױ: די ייִדישע לידער פֿון אַ באַהאַלטענער טראַנסמיניקער פֿרױ מיט שולי־אלישבֿע
דעם 20סטן אױגוסט, 14:00־15:00

שולי־אלישבֿע, אַ יונגע דיכטערין און קאָמפּאָזיטאָרין אין פּראָװידענס, ראָוד אײַלענד, װעט זיך טײלן מיט אונדז מיט די ייִדישע לידער װאָס זי האָט געשריבן אײדער זי האָט זיך אַנטפּלעקט אַלס אַ טראַנסמיניקע פֿרױ. אָנטײלנעמערס װעלן האָבן אַ געלעגנהײַט צו לײענען די לידער אינעם סטיל פֿון אַ לײענקרײַז, בשעת שולי־אלישבֿע װעט געבן צו פֿאַרשטײן דעם עמאָציאָנעלען אינהאַלט און קאָנטעקסט פֿון יעדן ליד.

 

סעקס־לשון מיט רב נח מיט נח באַרעראַ
דעם 27סטן אױגוסט, 14:00־15:00

מיר װעלן איבערלייענען די אוסגעקליבענע גאָר עראָטישע מאַטעריאַלן פֿונעם ייִװאָ־אַרכיװ. מע װעט דערנאָך צוטרעטן צו דער ייִדישער ליטעראַטור און באַטראַכן װי סעקסואַליטעט װערט דאָרטן באַהאַנדלט. מע װעט לייענען בײַשפּילן פֿון חיים גראַדעס ראָמאַן „צמח אַטלאַס: די ישיבֿה” און אויך פֿון חװה ראָזענפֿאַרבס טרילאָגיע „דער בוים פֿון לעבן”.  אַזוי אַרום װעט מען קענען פֿאַרגלײַכן די נישט־געדרוקטע אַרכיװאַלישע מאַטעריאַלן מיט די געבראַכטע בײַשפּילן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און דעריבער בעסער פֿאַרשטיין די תּאוות און סעקסלועסע קאָנפֿליקטן פֿון מזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. 

 

 רעפֿעראַטן און װאַרשטאַטן

לידער פֿון מאַרק מאַרקאָװיטש װאַרשאַװסקי מיט רפֿאל פֿינקל
יולי 13 12:00־13:00

מיר װעלן דורכלײענען לידער געשריבן פֿון מאַרק מאַרקאָװיטש װאַרשאַװסקי, אי גוט־באַקאַנטע און כּמעט אומבאַקאַנטע.  די װאָס לאָזן זיך זינגען װעלן מיר זינגען; די װאָס האָבן דערװײַל ניט קײן מעלאָדיעס װעלן מיר באַטראַכטן פֿאַר װאָס זײ זײַנען ניט געװאָרן פּאָפּולער.  אױב די װאַרשטאַט איז הצלחהדיק װעלן מיר דערטראַכטן אַן ענלעכע אַקטיװיטעט מיט לידער פֿון מרדכי געבירטיג.

 

חומש מיט יהואש מיט מירל טאַטאָם
זונטיקן דעם 19טן יולי־דעם 30סטן אױגוסט, 17:00־18:00

חומש אויף מאַמע־לשון! מיר װעלן לײענען און דיסקוטירן די סדרה פֿון דער װאָך פֿון יהואשס (שלמה בלומגאַרטען ז”ל, 1872-1927) באַקאַנטע ייִדישע איבערזעצונג. אַלע מדרגות זײַנען פֿאַרבעטן.

 

פֿעמיניזם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט מיט יוחנן לאוען
יולי 27 18:00־19:00

ווען דער מאַן ווערט דערטראָנקען אין ים און די פֿרוי דערטרינקט זיך אין… דעם פּינטעלע ייִד. די מחלוקת צווישן רבנים און משׂכּילים בנוגע דעם מצב פֿון די עגונות, און די ייִדישע פֿרוי בכלל.

 

דאָס קעמפֿן קעגן דעם קאָראָנאַווירוס אין אונדזערע קהילות מיט ברוך־משה בלום
דעם 4טן אױגוסט 18:00־19:00

מיר װעלן אַרומרעדן פֿאַרשיידענע אופֿנים רעקאָמענדירטע דורך אַזוינע אָרגאַניזאַציעס ווי EndCoronavirus.org צו קעמפֿן קעגן דעם קאָראָנאַווירוס אין אונדזערע קהילות.

 

גיב נישט אויף דיין חלום מיט שפֿרה לאָװען
דעם 13טן אױגוסט 12:00־13:00

ס׳איז נישט קיין פּשטער ענין איבערצולאָזן אַלצדינג װאָס איז באַקאַנט און היימיש , אָבער פּונקט דאָס האָט שפֿרה לאָװען געטאָן װי אַ יונגע חסדישע מאַמע. שפֿרה װעט אײַך דערציילן װי אַזױ זי מיט איר מאַן אַון פֿיר קינדער זײַנען אַװעק פֿון זייער קהילה און געבױט אַ נײַ לעבן פֿון ס׳נײַ. זי װעט אויך געבן פּראַקטישע עצות פֿאַרן עולם, כּדי אונדז צו דערמוטיקן, טאָמער דאַכט זיך אונדז, אַז אונדזער חלום , װעט קיין מאָל נישט פֿאַרװירקלעכט װערן: מע מוז זיך קיין מאָל נישט אונטערגעבן. ‎

 

אומאָרטאָדאָקס־פּאַנעל מיט אלי ראָזען און טל חבֿר־כיבאָווסקי. מירע־רבקה בלום װעט אָנפֿירן מיט דער דיסקוסיע.
אױגוסט 16 13:30־14:30

װי אָפֿט געפֿינט מען אַ סעריע אױף ייִדיש? הײַיאָר קען מען זען אױף נעטפֿליקס די סעריע „אומאָרטאָדאָקסיש“, װוּ אַ גרױסער טייל פֿונעם דיאַלאָג איז דװקא אױף מאַמע־לשון. דעם זונטיק װעלן מיר שמועסן מיט אלי ראָזען און טל חבֿר־כיבאָווסקי װעגן זייער אַרבעט אױף דער סעריע. קומט מיט אײַערע אייגענע פֿראַגעס פֿאַר טלן און אלין, און מיר װעלן אײַך געבן די געלענגהייט זיי אליין צו פֿרעגן אײַער קשיות.‎

 

לאָמיר זיך שפּילן מיט פּיטאַגאָראַס און זײַנע וויזועלע מיטלען צו פֿאָרשן און פֿאַרשטיין מיט אײַזיק טייטלבוים
דעם 17טן אױגוסט, 18:00־19:00; דעם 18טן אױגוסט און דעם 19טן אױגוסט 16:00־17:00

פּיטאַגאָראַס דער גריכישער פֿילאָסאָף איז אָנערקענט אַלס דער ערשטער מאַטעמאַטיקער.
מער ווי פֿינעף הונדערט יאָר פֿאַר דער איצטיקער צײַט רעכענונג האט פּיטאַגאָראַס אנטוויקלט זײַן טעאָריע פֿון צאָלן נוצנדיק א וויזועלע סיסטעם פֿון ציפֿערן װאָס קינדער און אַפֿילו געצײלטע דערוואַקסענע קענען לײַכט פֿאַרשטיין.
מיר וועלן זיך שפּילן מיט דער ציפֿער־סיסטעם און דערבײַ פֿאָרשן און דערווײַזן די פֿונדאַמענטאַלע באַציִונגען צווישן צאָלן.

אָנטײלנעמערס זאָלן האָבן 100 קלײנע קװאַדראַטן פֿון אידענטישער גרײס און פֿאָרעם; קװאַדראַטן פֿון אײן צאָל אָדער װײניקער זײַנען אידעאַל אָבער רונדע זאַכן װעלן אױך פֿונקציאָנירן. (למשל קװאַדראַטישע „לעגאָ”־שטיקלעך, קלײנע גרײַפּלעך פֿון „צעפּיצלטן װײץ” אָדער פּעניס, ניקלען… קינדער און דערװאַקסענע װאָס קענען צײלן און פֿאַרשטײען טײלונג און כּפֿל קענען מיטהאַלטן, אָנטײלנעמען און הנאה האָבן. מיר פֿאַרבעטן ספּעציעל די װאָס פֿאַרשטײען נישט אין קײן מאַטעמאַטיק.

 

מרים קאַרפּילאָװ: איר לעבן און װערק מיט עשקע קירזײן
דעם 21סט אױגוסט, 16:00־17:00

מרים קאַרפּילאָװ (1888 – 1946) איז געװען אַ שרײַבערין פֿון דערצײלונגען, פֿעליעטאָנען, דראַמעס, ראָמאַנען און לידער, װאָס האָט זיך געדרוקט אין אַ סך אַמעריקאַנער צײַטונגען, צװישן זײ דער פֿאָרװערטס. זי איז געװען באַװוּסט פֿאַר איר איראָנישן קול און פֿאַרן אױסדריקן פּערספּעקטיװן פֿון פֿרױען לגבי סעקסואַליטעט. עשקע קירזײן האָט איבערגעזעצט קאַרפּילאָװס אַ בוך — טאַגע־בוך פֿון אַן עלענדע מײדל — און זי האַלט אין אײן איבערזעצן נאָך מער פֿין אירע װערק. עשקע װעט דערצײלן אַ ביסל װעגן קאַרפּילאָװס ביאָגראַפֿיע, דורכװעבנדיק פּרטים װעגן אירע װערק.‎

 

אײַנזײַערן אוגערקעס מיט חנה ריינגאָלד
דעם 24סטן אױגוסט, 17:00־18:00

חנה ריינגאָלדן וועט לערנען אײַנזײַערן אוגערקעס. איר וועט דאַרפֿן „מיטברענגען” עטליכע זאַכן אויפֿן וואַרשטאַט:

1 גרויסן אָדער 2 מיטעלע גלעזערנע סלויעס
כּשר זאַלץ
אַ פֿונט אוגערקעס (װאָס קלענערע)
וואַסער
געווירצן ווי:
קריפּ
שוואַרצע פֿעפֿערלעך
ענגלישער פֿעפֿער
לאָרבערבלעטער

 

געזעלשאַפֿט און קאָוויד — וואָס מיר קענען טאָן פֿאַר זיך און פֿאַר יענעם מיט שלום בערגער
דעם 24סטן אױגוסט, 20:00־21:00

ד״ר שלום בערגער װעט פֿאַרסך־הכּלען די עיקרים פֿון אונדזער איצטיקן װיסן װעגן קאָװיד־19: װאָס פֿאַר אַ װירוס דאָס איז, װי אַזױ װערט מען אָנגעשטעקט, װי אַזױ אױסצומײַדן די טראַנסמיסיע, װאָס זײַנען די אױסגעפּרוּװטע רפֿואות, און װי באַרעכטיקט זײַנען די האָפֿענונגען אױף אַ װאַקצין. ער װעט אױך זיך אָפּשטעלן אױף די געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַקטאָרן װאָס זײַנען משפּיע אױף דער פּאַנדעמיע – און װי אַזױ מע מוז זײ בײַטן.

צײַט װעט מען אָפּגעבן אױך צו ענטפֿערן אױף פֿראַגעס פֿון עולם אױף אַלע טעמעס מיט אַ שײכות צו „קאָראָנאַ“.
שיקט אונדז צו אײַערע פֿראַגעס פֿאַרן דאָקטער!
https://forms.gle/LqbwyZrAhuFEwKDe7

 

שרײַבט מיט די שײנע ייִדישע אותיות מיט שאָשקע־רײזל יוני
דעם 27סטן אױגוסט, 16:00־17:00

מע װעט װײַזן װי גרינג עס איז איבערצובײַטן צװישן שפּראַכן װען מע טיפּירט. אַלע װאָס װילן באַשטעלן אַ פּריװאַטע בחינמדיקע קאָנסולטאַציע דאַרף אָנשרײַבן שאָשקע-רײזלען אױף: srjuni@gmail.com  דערװײַלע מעגן אַלע קומען אויפֿן װאַרשטאַט כּדי צו כאַפּן אַן איבערבליק

 

געמישטע געטראַנקען מיט חנה ריינגאָלד
דעם 27סטן אױגוסט, 19:30־20:30

איר זענט האַרציק פֿארבעטן אויף א וואַרשטאַט אָנגעפֿירט פֿון דער טאַלאַנטירטער קעכין חנה רײַנגאָלד. איר קענט גײן אויף דער לחיים־שעה מיטן אייגענעם געטראַנק (מיט משקה צי נישט).

 

גרײַזנקרײַז מיט גיטל שעכטער־װישװאַנאַט און אײַזיק בלימאַן
דעם 30סטן אױגוסט, 13:00־14:00

די אָנפֿירערס דערמאָנען אַלערליי גראַמאַטישע/סטיליסטישע גרײַזן וואָס זיי האָבן געהערט אין משך פֿון “ייִדיש־װאָך, אַלע װאָך”, און ווי אַזוי מע דאַרף עס ריכטיק זאָגן. דער עולם, האָפֿט מען, לערנט זיך דערפֿון בעסער ייִדיש‎

 

װירטועלער לאַגער־פֿײַער
דעם 30סטן אױגוסט, 20:00־21:00

 

ייִדישער קינדער־ליטעראַטור סעריע

האָניק אויף דער זײַט מיט ד׳׳ר מרים יודל
דעם 22סטן יולי, 19:00־20:00

ד׳׳ר מרים יודל רעדט וועגן דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור און אירע פֿאָרשונגען און איבערזעצונגען וואָס ווערן אַרײַנגענומען אין אַ נײַער אַנטאָלאָגיע פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור אויף ענגליש.

פּראָגראַם װעגן „דאָס קלוגע שנײַדערל“ מיטן איבערזעצער דוד פֿאָרמאַן 
דעם 28סטן יולי, 19:00־20:00

דוד פֿאָרמאַן, דער איבערזעצער פֿון שלמה סײַמאָנס ראָמאַן פֿאַר קינדער ”דאָס קלוגע שנײַדערל“ (פֿאַרלאַג קינדער־לשון 2020) רעדט וועגן זײַן איבערזעצונג און זײַן באַציִונג מיט שלמה סײַמאָן, וואָס איז געווען זײַן זיידע.

מאַמע־לשון — קינדער־לשון — דאָס פֿאַרוואַנדלען אַלטע ייִדישע קינדערביכער אין נײַע לייענוואַרג פֿאַרן 21סטן יאָרהונדערט“ — דזשאָרדין קוציק רעדט אַרום יוגנטרופֿס פּראָיעקט מיט דזשאָרדין קוציק
דעם 5טן אױגוסט 19:00־20:00

דזשאָרדין קוציק רעדט אַרום יוגנטרופֿס פּראָיעקט ”פֿאַרלאַג קינדער־לשון“ און די ביכער, וואָס מע וועט באַלד אַרויסגעבן

דאָס מאָלן ייִדישלאַנד מיט יהודה בלום 
דעם 12טן אױגוסט, 19:00־20:00

דער קינסטלער יהודה בלום רעדט וועגן זײַנע אילוסטראַציעס פֿאַרן בוך ”דאָס קלוגע שנײַדערל“ (פֿאַרלאַג קינדער־לשון 2020) און די פֿאַרשידענע היסטאָרישע בילדער און קינסטלערישע פֿאָרמען וואָס האָבן זיי אינספּירירט.

הערי פּאָטער רעדט אויך ייִדיש! מיט אַרעלע ווישוואַנאַט 
דעם 19טן אױגוסט, 19:00־20:00

אַרעלע ווישוואַנאַט, דער איבערזעצער פֿון ”הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין“ אויף מאַמע־לשון, רעדט וועגן זײַן איבערזעצונג־פּראָצעס, פֿון וואַנען ער האָט גענומען דעם מאַגישן וואָקאַבולאַר און פֿאַר וואָס העגריד איז אַ פּוילישער

קינדער־שאַפֿונגען פֿון באָריס סאַנדלער
דעם 26סטן אױגוסט, 19:00־20:00

סאַנדלער וועט פֿאָרלייענען פֿון זײַנע ביכער ”אַ גוט מאָרגן“ און ”נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן“.

ספּאָרט

יאָגע מיט װעראַ סאַבאָ
דינסטיקן 08:00־09:00 7 יולי ־ 4 אױגוסט; 11:00־12:30 דינסטיקן 11 אױגוסט־25 אױגוסט

בשעת די יאָגע־לעקציעס װעט מען אױסשטרעקן דעם גוף, אָפּשפּאַנען דעם מוח און דערפֿרישן דעם גײַסט. די לעקציעס זענען פּאַסיק פֿאַר אַלע װאָס האָבן כאָטש אַ ביסל דערפֿאַרונג מיט יאָגע און פֿאַרשטײן אַ ביסל ייִדיש. יאָגע־טערמינאָלאָגיע װעט מען לערנען בשעת־מעשׂה. דער סטיל פֿון די לעקציס אינטעגרירט פֿאַרשײדענע יאָגע־טראַדיציעס און העלפֿט אַנטװיקלען גײַסטיקע װאַכקײט (mindfulness) . פֿאַרבינדט זיך מיט דער לערערין דורך https://verele.com/ אָדער verele@gmail.com

אױב מע װיל אָנטײל נעמען אין דער אַקטיװיטעט, מוז מען שיקן די אײַנשטימונג צו verele@gmail.com נאָכן זיך רעגיסטרירן.

שפּילן

לחיים־שעה מיט רײנע שעכטער און אײַזיק בלימאַן
דאָנערשטיק 16 יולי, 6 אױגוסט, 27 אױגוסט 21:00

לאָמיר פֿאַרברענגען אין אײנעם נאָך אַ לאַנגן טאָג אַרבעט! די אָנפֿירערס (רײנע און אײַזיק) װעלן צוגרײטן נײַע שפּילן אױף ייִדיש. נאָר פֿאַר דערװאַקסענע (װאָרן מע װעט טרינקען, יעדער אײנער בײַ זיך אין דער הײם).

הערי פּאָטער טריװיע־פֿאַרמעסט מיט ברוכה לאַנג, צפּורה קאַפּלאַן, און רפֿאלקע קאַפּלאַן
יולי26 12:00־13:00

די פֿרעגשפּיל (אַ ביסל װי „פֿרעגגעשלעג“) איז פֿאַר אַלע װאָס האָבן הנאה פֿון די הערי פּאָטער־מעשׂיות. אַלע באַטײליקטע װעלן האָבן די געלעגנהײַט צו ענטפֿערן אױף פֿראַגעס – גרינגערע און שװערערע. 

פֿרעגגעשלעג מיט גיטל שעכטער־װישװאַנאַט און אײַזיק בלימאַן
אױגוסט 2 13:00־15:00

אַ ייִדישער „קאַלעדזש־באָול“ פֿאַר אַלע עלטערס

װאָס זאָגט עמך מיט מינע־ליפֿשע װישװאַנאַט
אױגוסט 23 13:00־15:00

אַ שפּיל װוּ מע דאַרף טרעפֿן וואָס זענען בײַ די יִידיש־וואָכניקעס געווען די אָפֿטסטע ענטפֿערס אויף אַ סעריע פֿראַגעס ־ אױפֿן סמך פֿון פֿעמילי־פֿיוד

אָט קענט איר געפֿינען אונדזער „װאָס זאָגט עמך?” פֿראַגע־בױגן . צי איר קענט קומען אױפֿן אַקטיװיטעט צי נישט, ענטפֿערט אויף די פֿראַגעס כּדי מיר זאָלן קענען װיסן װאָס זײַנען די פּאָפּולערסטע ענטפֿערס בײַ די ייִדיש־װאָכניקעס!
https://forms.gle/E2aaXtchqCChgP3Y8

 

קונסט

קלאַס װעגן װידעאָ־פּראָדוקציע פֿאַר אַלע מיט יודעס בראָ פּינהאַסיק
מאָנטיקן דעם 3טן אױגוסט ־ דעם 31סטן אױגוסט, 14:00־15:00

פֿאַראינטערעסירטע אין פֿילמרעזשי פֿון אַלע עלטערס װעלן זיך לערנען װי אַזױ צו שאַפֿן אײגענע װידעאָס יעדן מאָנטיק ביזן 26סטן אױגוסט צװישן 2 און 3 אַ זײגער נאָך מיטאָג (אױפֿן ניו־יאָרקער זײגער). יהודית בראָ, װאָס האָט געלערנט פֿילמקונסט אין ניו־⁠דזשערזי פֿאָלקסשולן, װעט דערקלערן די עיקרים (דרייען, קוקװינקלען, באַװעגונג, רעדאַקטירן) אין אַן ארײַנפֿיר־סעסיע. נאָכן פּראַקטיצירן אין דער היים מיט צעלקע־פֿאָטאָאַפּאַראַטן װעלן די באַטייליקטע אױסקלײַבן אַ טעמע פֿאַר אַ קורצן װידעאָ־פּראָיעקט – אַ דאָקומענטאַר (אַ געװיינטלעכער טאָג אין מיין לעבן, אדג״ל) — אָדער אױסשפּילן אַ ייִדישע מעשׂה אָדער אַ ייִדיש ליד מיט חבֿרים אָדער משפּחה. די צוגעגרייטע פּראָיעקטן װעט מען װײַזן דעם 26טן אױגוסט אין אַ ספּעציעלן „ייִדיש־װאָך־אַלע־װאָך” זום־פֿעסטיװאַל.

 

נייט אויף די אייגענע מאַסקע מיט מלכּה־לאה װישװאַנאַט
דעם 11טן אױגוסט, 18:00־19:00

זוכט איר אַ מאַסקע וואָס פּאַסט אײַך? אין דעם קונסטװאַרשטאַט װעלן מיר זיך אויסלערנען אויפֿנייען די אייגענע מאַסקעס. ברענגט מיט אַ נאָדל (אָדער ניימאַשין) מיט פֿאָדעם און שטאָף. בשעת מיר נייען וועלן מיר הערן ייִדישע מוזיק.

 

שרײַבן און שפּילן טעאַטער מיט יאַנאַ מאַזורקיעוויטש מייסאַראָש
דעם 16טן, 17טן, 19טן, 24סטן, 25סטן, און 26סטן אױגוסט, 16:00־17:00

מע װעט שאַפֿן און פֿאָרשטעלן אַ זום־פּיעסע װעגן קאָראָנאַ און װעגן דעם נײַעם מצבֿ. װער עס װיל שרײַבן, װעט שרײַבן. װער עס װיל שפּילן, װעט שפּילן. װער עס װיל אויפֿטרעטן, װעט אויפֿטרעטן. אונדזער פּיעסע װעט פֿאָרגעשטעלט װערן דעם 30סטן אױגוסט.

בשותּפֿות מיט YAAANA (פֿײסבוק־זײַטל‏).

 

פּיעסע־פֿאָרשטעלונג — שרײַבן און שפּילן טעאַטער מיט יאַנאַ מאַזורקיעוויטש מייסאַראָש
דעם 30סטן אױגוסט, 16:00־17:00

אַ פּיעסע װעגן קאָראָנאַ און דעם נײַעם מצבֿ.

בשותּפֿות מיט YAAANA (פֿײסבוק־זײַטל‏)

 

קינדער פּראָגראַמען

פּריפּעטשיק קאָכקלאַס מיט שׂרה־רהל שעכטער
דעם 5טן יולי, 19:00

אַ קאָכקלאַס פֿאַר קינדער וווּ מע וועט צוגרייטן אַ רוסישן קאַרטאָפֿל־סאַלאַט.
אויב אײַער משפּחה וויל זיך באַטייליקן, שיקט אַ בליצבריוו צו שׂרה־רחל שעכטער, rukhls@gmail.com — און זי וועט אײַך צושיקן די פֿאַרבינדונג צום קאָכקלאַס און די רשימה קאָך־מכשירים און אינגרעדיענטן וואָס מע דאַרף האָבן.

 

קינדערלידער און פֿאָרלײענען מיט יודעס בראָ פּינהאַסיק
מיטװאָכן 15טן יולי־26טן אױגוסט, 15:00־15:45

יהודית בראָ, װאָס לערנט ייִדיש און ייִדישע לידער בײַם אַרבעטער־רינג־ מאַנהאַטן־שולע און אױף קעמפּ קינדעררינג װעט פֿאַרברענגען מיט קינדער צװישן 3 און 6 יאָר אַלט מיט פֿרײלעכע אינטעראַקטיװע ייִדישע קינדער־לידער, און װעט אױך פֿאָרלײענען אַ ייִדיש בילדביכל אױף זום. טאַטע־מאַמעס זענען אױך פֿאַרבעטן זיך צו באַטײליקן!

 

קאָכקלאַס פֿאַר קינדער: פּיקניק־פּאָטראַװעס מיט שׂרה־רהל שעכטער
יולי 26 10:00

שׂרה־רחל שעכטער װעט װײַזן די קינדער (און די עלטערן) װי צו מאַכן געבראָטענע ספּאַרזשע מיט לאַקס (אָדער מיט קעז פֿאַר די װאָס עסן נישט קיין פֿיש) און געבראָטענע קאַליפֿיאָר־„בלימעלעך״ אויף זייער קומעדיקן פּיקניק.

 

פֿאָרשפֿאָרערס און וועלטשאַפֿערס מיט בנימין מאָס
 דאָנערשטיק 20טן אױגוסט, דינסטיק 25טן אױגוסט, דאָנערשטיק 27טן אױגוסט, 13:00־14:00

אַן אַקטיוויטעט פֿאַר 6־ ביז 12־יאָריקע קינדער וואָס לייגט דעם טראָפּ אויף בשותּפֿותדיקער שאַפֿערישקייט. די קינדער וועלן צוזאַמען ׳שאַפֿן׳ אַ לאַנד (אָדער לענדער) מיט אַ קלימאַט און געאָגראַפֿיע, געוויקסן־וועלט און חיהשאפט, פֿעלקער און שטעט, טעכנאָלאָגיעס, כּישופֿים, און לעגענדעס. פֿאַראַן א קונסט־עלעמענט (צייכענען אאַז״וו), נאָר דער טראָפּ געלייגט אויף אַרומרעדן, דיסקוטירן, באַשרײַבן. דער לערער וועט אַרויסשיקן בלאַנקען אין פֿאָרויס פֿאַר יעדער טרעפֿונג. פֿון מאָל צו מאָל וועלן עלטערן דאַרפֿן העלפֿן צוגרייטן אַ ביסעלע „געצייג” אין פֿאָרויס (פּשוטע קונסט־מאַטעריאַלן, פֿאַרשײדן קיך־געצײַג צו דינען ווי „טעכנאָלאָגיעס”, און אַן אָפּקלײַב צוקערלעך פֿאַר דער גרויסער פאָלקס־יום־טובֿ און סעודה). פֿאַראַן אַ לייען־ און שרײַב־קאָמפּאָנענט. איבערזיכט פֿון עלטערן/דערוואַקסענע איז כּדאי, און פֿאַר ייִנגערע קינדער אַ מוז. זײַט אַזוי גוט, שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן לערער אין פֿאָרויס. kmoss5@jhu.edu

 

דאָס שטעטל און איך מיט אַרטוראָ קערבל־שיין
מאָנטיק, דעם 24סטן אױגוסט, 12:00־13:00

די קינדער וועלן זיך לערנען וועגן די הויפּט־עלעמענטן פֿונעם ייִדישן לעבן אינעם שטעטל און ארײַנטראַכטן אין זייער אייגן לעבן און אין זייער פּערזענלעך שטעטל.

מאַטעריאַלן װאָס מע װעט ניצן אױף דער אַקטיװיטעט: פּאַפּיר, שערעלעך, צײַטונגען, זשורנאַלן‎

 

מײַן אייגענע בבֿא־מעשׂה מיט אַרטוראָ קערבל־שיין
מיטװאָך, דעם 26סטן אױגוסט, 14:00־15:00

אויף דעם וואַרשטאַט וועלן די קינדער אַנטוויקלען זייער שעפֿערישקײט. מיר וועלן שאַפֿן עלעקטראָנישע בילדערשטרײַפֿן, װאַנטבילדער און קאָלאַזשן נוצנדיק פֿאַרשיידענע אָביעקטן און פּערסאָנאַזשן וואָס מע קען געפֿינען אין שאַגאַלס בילדער.

 

נע־ונד אין ייִדישלאַנד מיט אַרטוראָ קערבל־שיין
פֿרײַטיק, דעם 28סטן אױגוסט, 13:00־14:00

ייִדישלאַנד איז ניט קיין געוויינטלעך לאַנד. עס איז ניט איין איינציק לאַנד, עס געפֿינט זיך ניט אין איין אײנציקן קאָנטינענט און עס האָט ניט קיין פֿאָן אָדער הימען. טאָ וואָס אַזוינס איז ייִדישלאַנד? מיר וועלן שאַפֿן אונדזערע אייגענע פּאַספּאָרטן וואָס גילטן צו פֿאָרן אַרום דער הײַנטיקער וועלט פון ייִדיש. מיר וועלן באַזוכן פֿאַרשיידענע ערטער וווּ אַקטיװע ייִדישיסטישע קהילות האַלטן זיך אויף.