עקזעקוטיװע

yp-bio-pic

יאַנקל־פּרץ בלום

ייִדיש האָט יאַנקל־פּרץ בירושה דער עיקר פֿונעם טאַטנס צד׃ דער זײדע ע״ה איז געװען אַ זעצער בײַם פֿאָרװערטס, און די באָבע ע״ה, אַ פּױלישע, האָט אַװדאי אױך גערעדט ייִדיש כּל־ימיה. די מומע, צו לענגערע יאָר, איז אַ ייִדישיסטקע און האָט די אײגענע קינדער דערצױגן מיטן ייִדישן לשון. פֿון דער מאַמעס צד האָט דער זײדע ע״ה, כאָטש אַן אָפּשטאַמיקער פֿון דײַטשלאַנד, געקענט ייִדיש, און די באָבע ע״ה, אַ ייִדענע פֿון פּרײַסן, האָט בלי ספֿק געשטאַמט פֿון ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן. הקיצור, יאַנקל־פּרצן ליגט ייִדיש טיף אין בלוט. על־כּן האַלט ער די שפּראַך פֿאַר אַ גײַסטיקן מאַמע־לשון. אײַ, אין די קינדער־יאָרן האָט ער גאָר גערעדט גױיִש? אָט דאָס האַלט ער פֿאַר „דעם גורלס אַ טעות” — אַן אומגליקלעכער פּועל־יוצא פֿון דער קולטורעלער אַסימילאַציע און דעם נאַצישן גענאָציד, נישט געדאַכט זאָלן זײ װערן. ער שטרעבט צו זײַן אַ מרביץ־ייִדיש פֿאַר די הײַנטיקע יורשים פֿון דער שפּראַך – ד״ה די גאַנצע אַשכּנזישע עדה. מיט אָט דעם צװעק (און בכדי דרך-אגב צו ציִען אַ ביסעלע חיונה אױף דער װעלט), איז ער אויך א מיטארבעטער אויף YiddishPOP. דערצו אַרבעט ער װי אַ ייִדיש־לערער (למשל, אױף דער ייִדיש־פֿאַרם ), און האָט ליב צו אַרבעטן אױף ייִדיש־שפּראַכיקע װעבזײַטלעך. און פֿאַרשטײט זיך אַז מיט די קינדער, זאָל עס זײַן אין אַ מזלדיקער שעה, װעט ער אי״ה רעדן רק ייִדיש. װי שטײט עס געשריבן — שלא שינו את לשונם!

meenalifshe

מינע־ליפֿשע װישװאַנאַט (קאַסירערקע)

רעדט ייִדיש אַזש פֿון דער מאַמעס בױך. איר ערשט װאָרט (אַחוץ פּשוט “טאַטע־מאַמע”) איז געװען “טי־אַ” ־ דאָס הײסט, “עפֿן די טיר!” זי איז אױפֿגעװאַקסן מיט יוגנטרוף ־ אירע טאַטע־מאַמע האָבן זיך באַקענט אױף דער ייִדיש־װאָך, זי איז געגאַנגען אין פּריפּעטשיק, אַ זונטיקשול פֿאַר ייִדיש, ביז זי איז געװען 15 יאָר אַלט, און קומט יעדעס יאָר אױף דער ייִדיש־װאָך פֿון זינט זי איז געבױרן געװאָרן (און זי איז שױן איצט שױן דרײַסיק יאָר אַלט!). זי איז איצט אַ אַן אינזשיניר און װױנט אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע מיט איר מאַן און 2 קינדער (מיט װעמען זי און איר מאַן רעדן ייִדיש). זי װאָלט געװאָלט הערן פֿון אַלע ייִדיש־ליבהאָבערס און רעדערס, אָבער ספּעציעל די אױפֿן מערבֿ־ברעג!

DSC_3347editreduced size2

דזשאָרדין קוציק (פֿאָרזיצער)

איז שוין לאַנג אַקטיוו אין דער וועלט פֿון ייִדיש ווי אַ שפּראַך־אַקטיוויסט, שרײַבער, קולטור־טוער און פֿאַרלעגער. ער איז געװאָרן אַ מיטגליד פֿון דער עקזעקוטיװע פֿון יוגנטרוף אין פֿעברואַר 2008, און דינט ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער אָרגאַניזאַציע זינט 2012. אין אָט דער ראָלע האָט ער געהאָלפֿן פֿאַרגרעסערן דער ייִדיש־וואָכס סטיפּענדיע־פּראָגראַם, וואָס האָט דערמעגלעכט אַז מער ווי 60 יונגע־לײַט און משפּחות מיט קינדער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, לאַטײַן־אַמעריקע, ישׂראל און מיזרח־אייראָפּע זאָלן קענען קומען אויף דער ייִדיש־וואָך. ער האָט אויך געגרינדעט און פֿירט הײַנט אָן מיט יוגנטרופֿס פֿאַרלאַג פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע קינדערביכער ”פֿאַרלאַג קינדער־לשון“. ער האָט פֿאַרענדיקט ראָטגערס אוניװערסיטעט, װוּ ער האָט שטודירט די שפּאַנישע שפּראַך און ייִדישע לימודים. זײַן ביז-גראַדויִר טעזיס האָט ער געשריבן װעגן דער אַנטוויקלונג פֿון דער קינדער־ליטעראַטור אויף ייִדיש בײַ די אַמעריקאַנער חסידים. ער האָט געאַרבעט צװײ יאָר בײַם ייִדישן ביכער־צענטער מיט די קלאַנג-אַרכיװן און אַכט יאָר בײַם ייִדישן פֿאָרווערטס ווי אַ רעפּאָרטער און, שפּעטער, — דער געהילף־רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג. במשך פֿון זײַן קאַריערע ווי אַ ייִדישער זשורנאַליסט האָט ער געשריבן מער ווי 1,000 אַרטיקלען און באַקומען אַ צאָל פּרעמיעס, אַרײַנגערעכנט אויסצייכענונגען פֿאַר פּראָפֿילן, מיינונג־אַרטיקלען און נײַעס־באַריכטן. הײַנט שטודירט ער אין יורישול אינעם קאַרדאָזאָ שול פֿון יוריספּרודענץ​.  

אָנגעשטעלטע

judy-crop

יהודית בראָ־פּינהאַסיק

יהודית בראָ־פּינהאַסיק אַרבעט שױן מיט אַדמיניסטראַציע און געלטשאַפֿערײַ פֿאַר נישט־פּראָפֿיטיקע אָרגאַניזאַציעס אין די פֿעלדער פֿון געזונט, דערציונג, סבֿיבֿה, און קונסט העכער 16 יאָר. אין דער ייִדיש־װעלט, איז זי די אַנטװיקלונג־דירעקטאָרין פֿאַר יוגנטרוף שױן 4 יאָר לאַנג און איז געװען אַ געהילף־אַנטװיקלונג־דירעקטאָר פֿאַר ליװינג־טראַדישאָנס (קלעזקאַמפּ). אַ געװעזענער פּראָפֿעסיאָנעלע זינגערין און אַקטריסע, יהודית זינגט שױן 14 יאָר לאַנג מיטן ייִדישן פֿילהאַרנאָמישן פֿאָלקסכאָר, װעלכער זינגט לידער נאָר אױף ייִדיש. זי האָט אַ צערטיפֿיקאַט אין געלטשאַפֿערײַ־אַדמיניסטראַציע פֿונעם ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, און האָט גראַדוירט פֿײַ־בעטאַ־קאַפּפּאַ פֿון מערילענד־אוניװערסיטעט מיט אַ דיפּלאָם אין פּאָליטישע װיסנשאַפֿט מיט אַ בײַלימוד אין זשורנאַליסטיק, און אַ מאַגיסטער אין פֿילם־געשיכטע און פֿילמקריטיק. שױן אַן אַקטריסע העכער 15 יאָר, יהודית רעדט אױך ייִדיש, און איר זון דזשאָי לערנט ייִדישע שפּראַך און קולטור אין דער אַרבעטער־רינג־שולע. זי איז שױן אַ מיטגליד ־ און פֿאַרברענגט אױף דער ייִדיש־װאָך שמועסנדיק, זינגענדיק, און זיך אױסשפּאַנענדיק ־ מער װי אַ יאָר־צענדליק.

IMG_2081-crop

מירע־רבֿקה בלום

צום באַדױערן האָט מירע־רבקה נישט קיין שיינע מעשׂיות פֿון אַ רײַכן ייִדישן ייִחוס צו דערציילן. קיינער אין איר משפּחה האָט נישט גערעדט קיין װאָרט ייִדיש, װאָס זאָל שױן נישט לאַנג האָבן אַריבער אױף גױיִש. ס׳איז מעגלעך אַז אירס אַ באָבעס־באָבע פֿון דרײַ הונדערט יאָר צוריק האָט יאָ גערעדט ייִדיש, נאָר נאָך אַ לינקן ראָמאַן מיט אַ רײַזנדיקן עטיאָפּיער האָט די באָבע געמוזט אָפּגעבן איר אומגעזעצלעך קינד אַ קריסטלעכער משפּחה אין אַ דערבײַיקן דערפֿל. אַזוי אַרום האָט דאָס צװײַגעלע פֿון מירע־רבֿקהס ייִחוס־קייט זיך אָפּגעריסן פֿון ייִדישן שטאַם גיכער װי דער ייִדישער פּױפּס. מיט עטלעכע הונדערט יאָר שפּעטער, זומער 2015 אױף דער ייִדיש פֿאַרם, האָט דאָס אוראוראייניקל מירע־רבקה אָפּגעזוכט די פֿאַרלױרענע ייִדישקייט און זיך גענומען צום לערנען ייִדיש. אין גיכן איז איר גאַנץ לעבן, ברוך־השם, פֿאַרייִדישט געװאָרן. זינט 2017 איז זי צופֿרידן צו זײַן די קאָאָרדינאַטאָרשע פֿאַר דער ייִדיש־װאָך. מירע־רבקה האָט אױך אַ דאָקטאָראַט אין עפּעס, אָבער זי האָט מערניט אױסגעפֿאָרשט טערקישע שפּראַכן. נו װאָדען, ייִדיש?