ייִדיש־װאָך 2023 שו״ת

צוריק צו ייִדיש־װאָך

אַלגעמײנע פֿראַגעס

װאָס איז די ייִדיש-װאָך? (ייִ״װ)

זי איז די אײנציקע גאַנצװאָכיקע אונטערנעמונג װאָס װערט אַדורכגעפֿירט אין גאַנצן אױף ייִדיש. קנאַפּע 170 מענטשן פֿון אַרום דער װעלט קומען זיך צונױף יעדן אױגוסט כּדי זיך צו פֿאַרטיפֿן אין ייִדיש־סבֿיבֿה, װוּ מע קען זיך אױסלעבן אױף מאַמע־לשון. די ייִ״װ איז אונטערן רשות פֿון יוגנטרוף – יוגנט פֿאַר ייִדיש. ס’איז שױן העכער 45 יאָר װי די ייִ״װ קומט פֿאָר. מע באַצײכנט די ייִ״װ װי אַ געמיש פֿון װוּדסטאָק און אַ קיבוץ – נאָר אָן דער נאַרקאָטיק און רעשיקער מוזיק – װײַל די ייִ״װ שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אַמתן ציבור אין פֿולסטן זין פֿון װאָרט. יעדער מעג צושטעלן אַ פּלײצע מיט זײַנע טאַלאַנטן, קענטענישן און פֿעיִקײטן. די הױפּט־מומחים און טאַלאַנטן פֿון דער ייִדיש־װעלט קומען אױף דער ייִ״װ – איז די פּראָגראַם אַן ערשטלאַסיקע. אין דער ייִ״װ באַטײליקן זיך סײַ יונגטלעכע, סײַ גײַסטיק יונגע. זי דיסקרימינירט ניט צוליב רעליגיע, ראַסע, פּאָליטישער אָנגעהעריקײט, סעקסואַליטעט אָדער מין־אידענטיטעט, נאָר מיט דעם, װאָס מע זאָל זײַן גרײט צו רעדן ייִדיש אַ גאַנצע װאָך.

װען איז די ייִ”װ?

די ייִדיש־װאָך הײַיאָר (2023) װעט פֿאָרקומען מיטװאָך דעם 16טן אױגוסט ביז דינסטיק דעם 22סטן אױגוסט. די ייִ״װ װעט אָנהײבן אַרום 4:00 נאָך מיטאָג מיטװאָך און װעט ענדיקן אַרום 1:30 נאָך מיטאָג דינסטיק.

מיט װעלכע קאָװיד־פֿאַרהיט־מיטלען װעט מען זיך באַנוצן אױף דער ייִדיש־װאָך הײַיאָר?

אונדזער קאָװיד־קאָמיטעט, מיט ד״ר שלום בערגער בראָש, האָט צונױפֿגעשטעלט אַ פּלאַן צום פֿאַרהיטן פֿון קאָראָנאַ-װירוס אויף דער ייִדיש־װאָך 2023. זײַט אַזױ גוט און לײענט אַדורך דעם פּלאַן אײדער איר רעגיסטרירט זיך.

שאלות

ייִדיש־קענטעניש

איך קען ניט לײענען אָדער שרײַבן ייִדיש. מעג איך דאָך קומען אױף דער ייִ״װ?

יאָ! מערסטע (כאָטש נישט אַלע) פֿון דער אינפֿאָרמאַציע אױף דער ייִ״װ גופֿא שרײַבט מען סײַ אױף ייִדיש (מיט ייִדישע אותיות) סײַ אױף טראַנסליטעראַציע (ייִדיש מיט ענגלישע אותיות).

ס’איז שױן יאָרן װי כ’רעד ניט קײן ייִדיש װאָרט, אָבער איך פֿאַרשטײ אַלץ. מעג איך דאָך קומען?

ס’איז דאָ סײַ אַ פּשוטער ענטפֿער, סײַ אַ קאָמפּליצירטער.

1. דער פּשוטער ענטפֿער. שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אײנעם פֿון די ייִ״װ־אָרגאַניזירערס. מע װעט מיט אײַך פֿאַרפֿירן אַ שמועס אױף ייִדיש און דערמיט זיך דערװיסן, צי די ייִ״װ איז פּאַסיק פֿאַר אײַך.  כּדי זיך צו שטעלן אין קאָנטאַקעט מיט די אָרגאַניזירערס, שיקט אַ בליצבריװ אױף yvokh@yugntruf.org אָדער גיט אַ קלינג אױף 1-212-796-5782.

2. דער קאָמפּליצירטער ענטפֿער. אױף דער ייִ״װ איז דאָס רעדן ייִדיש ניט װייניקער װיכטיק װי דאָס פֿאַרשטײן. יעדער װאָס קומט דאַרף סײַ קענען, סײַ װעלן רעדן ייִדיש. אױב איר רעדט ניט קײן ייִדיש װאָרט שױן װיפֿל יאָרן, לייגט זיך אױפֿן שׂכל אַז עס װעט אײַך אָנקומען אַזױ פֿיל שװערער זיך װידער צו צערעדן פֿון דאָס נײַ. עס װאָלט דאָך פֿאַרשטערט דעם ציל פֿון דער ייִ״װ, װען מענטשן זאָלן קומען און רעדן ענגליש (אָדער רוסיש וכדומה). דער עיקר־ציל פֿון דער ייִ״װ איז אַז מען זאָל פֿאַרברענגען (כאָטש) אײן װאָך אַ יאָר אױף אַ פּלאַץ װוּ יעדער רעדט נאָר ייִדיש. מיר װאָלטן רעקאָמענדירט, איר זאָלט זוכן ייִדיש־קורסן, ייִדיש־קאָמפּאַקטלאַך, ייִדיש־שמועסקרײַזן („װינקלען“) און פּריװאַטע ייִדיש־לערערס. הײבט אָן רעדן ייִדיש מיט מענטשן װאָס האָבן ליב די שפּראַך, און נאָך עטלעכע חדשים רעדן אַלץ מער מאַמע־לשון, װעט איר זיך װידער אײַנגעװױנען. אױף דער מדרגה װאָלט איר געקענט סײַ הנאה האָבן אױף דער ייִ״װ, סײַ ניט שטערן יענעמס ייִ״װ-איבערלעבונג.

דעם זומער זיץ איך אין אַן אָנהײבער־ייִדיש־קורס. איז די ייִ״װ פּאַסיק פֿאַר מיר?

אױב דער אָנהײבער־ייִדיש־קורס איז אױף אײנער פֿון די אינטענסיװע זומער־פּראָגראַמען — װי, למשל, די ייִװאָ זומער־פּראָגראַם א״נ אוריִאל װײַנרײַך בײַם באַרד־קאָלעדזש, די װילנע־ייִדיש־פּראָגראַם, אָדער די פּראָגראַם א״נ נעמי קאַדאַר־פּראַװער — קען מען אָננעמען אַז איר לערנט זיך ייִדיש אין דער טיף, אין דער לענג, און דער ברײט. אין דעם פֿאַל װאָלט די ייִ״װ געװען דער לאָגישער װײַטערדיקער טריט.

2. אױב דער אָנהײבער־ייִדיש־קורס טרעפֿט זיך, װידער, אײן מאָל אַ װאָך אױף אַָנדערטהאַלבן שעה, קען מען אָננעמען אַז איר װעט ניט זײַן גרײט אױף דער ייִ״װ, סײַדן איר לערנט זיך ייִדיש פֿאַר זיך אַלײן אױך. אױב איר האָט שױן אַדורכגעמאַכט עטלעכע אָנהײבער־קורסן נאָכאַנאַנד, איז קען זײַן אַז איר זײַט גרײט. נאָך אַ מאָל: רעדט מיט די אָרגאַניזירערס זיך צו דערװיסן, אױב איר קענט טאַקע פֿירן אַ שמועס אױף מאַמע־לשון.

מעג מען כאָטש רעדן ענגליש כּדי צו פֿרעגן: «װי זאָגט מען … אױף ייִדיש?»

יאָ.

מײַן פּאַרטנער קומט מיט מיט מיר. זײ רעדן ניט קײן ייִדיש, נאָר איך װעל אַלץ איבערזעצן פֿאַר זײ.

זײַט מוחל, אָבער די ייִ״װ איז נאָר פֿאַר ייִדיש־רעדערס. מיר קענען זיך פּשוט ניט פֿאַרגינען אַװעקצוגעבן די ערטער מענטשן װאָס װעלן ניט רעדן קײן ייִדיש. מיר װילן אױך אַז אַלע באַטײליקטע זאָלן זיך קענען אָנטײלנעמען אין אונדזער מיסיע און אַקטיװיטעטן און זיך קענען באַקענען אײנער מיטן צװײטן דירעקט, אָן קײן פֿאַרמיטלער.

שאלות

די דעמאָגראַפֿיק

װאָס פֿאַר אַ מין מענטשן קומען אױף דער ייִ״װ?

אַלע מינים. יעדער עלטער, פֿון פּיצלעך קינדער ביז בני־שמונים. פֿרומע און װעלטלעכע. אָרטאָדאָקסישע און עגאַליטאַרישע. ס’רובֿ ייִדן, כאָטש אױך ניט־ייִדן. פֿרײַלײדיקע, פּאָרפֿעלקער, פּאָרלעך, אַלמנות, אַלמנס, עלטערן מיט צי אָן די קינדער, און חתונה־געהאַטע אָן צי מיט די פּאַרטנערס. זײ קומען אַזש פֿון אױסטראַליע און פֿון גאָר ניט װײַט, װי ניו־יאָרק. װער עס װיל קומען איז פֿאַרבעטן, אַבי מ׳איז גרײט צו רעדן נאָר אױף ייִדיש!

עס װעלן קומען מענטשן אין מײַן עלטער?

אין װאָס פֿאַר אַן עלטער איר זאָלט ניט זײַן, זײַנען דאָ מענטשן אין אײַער עלטער אױף דער ייִ״װ.

עס זײַנען דאָ קינדער, קאַלעדזש־ און גראַדויִר־סטודענטן, און מענטשן אין די 30ער, 40ער, 50ער, 60ער, 70ער, און 80ער.

עס קומען אױך אַנדערע ניט־חתונה־געהאַטע אױף דער ייִ״װ?

זעט דעם ענטפֿער אױף «װאָס פֿאַר אַ מין מענטשן…?» דאָ אױבן.

צי איז די ייִדיש־וואָך אַ זיכער און באַקוועם אָרט פֿאַר די קווירע־לײַט?

אַלע זענען פֿאַרבעטן צו קומען אויף דער ייִדיש־וואָך, ניט געקוקט אויף זייער סעקסועלער נייגונג אָדער מין־אידענטיטעט. מע טיילט אויס פּראָנאָם־זשעטאָנען בײַם רעגיסטרירן זיך. יעדער שלאָפֿצימער האָט אַ פּריוואַן וואַשצימער. די וואַשצימערן אינעם עסזאַל זענען צעטיילט אויף מענער און פֿרויען אָבער די וואַשצימערן אינעם טעאַטער, וווּ אַ סך אַקטיוויטעטן קומען פֿאָר, זענען פֿאַר אַלע מינים און האָבן איין טואַלעט צו יעדער קאַבינע. מיר טוען אַלץ מעגלעך צוצושטעלן מיטוווינער פֿאַר די וואָס ווילן זיך טיילן מיט אַ צימער, לויט זייערע פֿאַרלאַנגען און באַקוועמלעכקייטן. מיר בעטן די וואָס האָבן אַ פֿראַגע צי בקשה וועגן מיטוווינערס זיך צו שטעלן אין קאָנטאַקט מיט אונדז פֿאַרן רעגיטסרירן זיך yvokh@yugntruf.org אָדער אונדז פֿירצולייגן פֿון פֿריִער אײַער אויסקלײַב פֿאַר אַ מיטוווינער/מיטוווינערין.

צי איז די ייִדיש־וואָך צוטריטלעך פֿאַר די מיט פֿיזישע באַגרענעצונגען?

די ייִדיש־וואָך איז צום טייל צוטריטלעך. מע קען צוקומען צו די שלאָפֿצימערן, אָזערע־פּאַװיליאָן, און עסזאַל מיט הילצערנע ראַמפּעס. געוויסע שלאָפֿצימערן האָבן וואַשצימערן מיט שטאַנגען, וואָס מע קען זיך באַנוצן מיט זיי כּדי אויפֿצושטיין, ווי אויך בענקלעך אין די שפּריצן. ס׳איז דאָ אַ ברוקירטע סטעזשקע מיט אַ ראַמפּע וואָס פֿירט צום טעאַטער (וווּ אַ סך אַקטיוויטעטן קומען פֿאָר), אָבער די סטעזשקע איז אפֿשר שטאָציקער ווי דאָס, וואָס די ADA האַלט פֿאַר צוטריטלעך. אַ סך אַקטיוויטעטן קומען פֿאָר אין געצעלטן אין דרויסן אויף לאָנקעס און פֿעלדער, וואָס האָבן ניט קיין ברוקירטע סטעזשקעס, מיט וועלכע מע קען צוקומען צו זיי. דער לאַגער פֿאַרמאָגט ניט קיין הער־אַפּאַראַטן אָדער אַנדערע סיסטעמען צו העלפֿן בײַם אײַנהערן זיך צו די פּראָגראַמען. פֿאַר די װאָס דאַרפֿן אַ קלײנעם פֿרידזשידער אין צימער פֿאַר מעדיקאַמענטן, קען מען שרײַבן yvokh@yugntruf.org אײנעם צו רעזערװירן. טאָמער האָט איר אַ ספּעציפֿישע פֿראַגע וועגן צוטריטלעכקייט אָדער איר ווילט אַרומרעדן אײַערע באַדערפֿענישן, זײַט אַזוי גוט און שרײַבט yvokh@yugntruf.org.

שאלות

די אַקטיװיטעטן

װאָס פֿאַר אַ מין אַקטיװיטעטן װעלן זײַן?

צום אַלעם ערשטן איז אַװדאי אַלץ אױף ייִדיש. יעדן טאָג קומען פֿאָר רעפֿעראַטן, שמועסן, װאַרשטאַטן, מיטעלע און אַװאַנסירטע ייִדיש־קלאַסן, ספּאָרט, און האַנטאַרבעט און קונסט אַקטיװיטעטן. טײל מאָל זײַנען די רעפֿעראַטן און שמועסן אױף ייִדישע טעמעס, טײל מאָל אױף ייִדיש־טעמעס, און טײל מאָל אױף אַ טעמע װאָס האָט ניט קײן שײַכות מיט ייִדישקײט בכלל. יעדן טאָג קען מען זיך באָדן אינעם שײנעם דרױסנדיקן שװימבאַסײן, זיך שיפֿלען, זיך שפּילן אין הילקע־פּילקע, נעצבאָל און קױשבאָל און הערן אַ משניות/גמרא־שיעור. אין אָװנט זײַנען דאָ לאַגער־פֿײַערן, טאַלאַנטאַרניעס, קאָנצערטן, פֿילמען, שפּילן, און קלעזמערטענץ. דאָס זײַנען די באַשטימטע אַקטיװיטעטן. עס איז אױך אַלע מאָל דאָ צײַט אױף צו שמועסן, זיך אָפּרוען, לײענען, שרײַבן אָדער לערנען זיך.

צי מוז איך גײן אױף יעדער אַקטיװיטעט?

מע מעג גײן אױף װיפֿל נאָר עס גלוסט זיך.

טײל קומען אױף דער ייִ״װ װײַל זײ װילן זיך אױסשפּאַנען, לײענען ביכער, גײן שװימען אאַ״װ אױף אַ פּלאַץ װוּ יעדער רעדט ייִדיש. טײל קומען װײַל זײ װילן אַרײַנכאַפּן יעדן רעפֿעראַט און דיסקוסיע װאָס זײ קענען נאָר.

די צײַטפּלאַן װעט מען אױסטײלן דעם ערשטן טאָג.

װאָסערע מינים אַקטיװיטעטן װעלן זײַן פֿאַר מײַן קינד?

מיר בעטן אײַך נישט מיטצוברענגען אײַער קינד אױב זײ רעדן נישט קײן ייִדיש אָדער זײַנען נישט גרײט זיך צו שפּילן אױף ייִדיש מיט אַנדערע קינדער. טאָמער קען אײַער קינד שױן רעדן ייִדיש נישקשה, זײַנען דאָ *אַ סך* אַקטיװיטעטן פֿאַר אײַער קינד. עס װעט זײַן אַ קינדער־פּראָגראַם פֿאַר אַלע קינדער יעדן אין דער פֿרי מיט קונסט, דערציונג, און מוזיק. טאָמער װילט איר אָבער אײַער קינד זאָל זיך אָנהײבן לערנען ייִדיש, זוכט ייִדיש־קלאַסן, ייִדיש־קאָמפּאַקטלעך און פּריװאַטע ייִדיש־לערערס פֿאַר אײַער קינד בײַ אײַך אין שטאָט. אױב איר קענט אַלײן ייִדיש, הײבט אָן עס אַרײַנצופֿלעכטן אין אײַערע טאָג-טעגלעכע באַציִונגען מיטן קינד. נאָך עטלעכע חדשים װעט דאָס קינד אַלץ מער פֿאַרשטײן און װעט מיט דער צײַט קענען אַלץ מער ענטפֿערן. װען דאָס קינד קען שױן פֿאַרשטײן אַלץ און רעדן כאָטש אַ הינקעדיק ייִדיש, װאָלט דאָס קינד שױן געקענט הנאה האָבן און זיך אױסלעבן אױף דער ייִ״װ.

עס זײַנען אױך דאָ ייִדיש־קלאַסן פֿאַר אָנהײבערס?

נײן.

צי קען מען מיך פֿאַרבעטן צו האַלטן אַ רעדע / שפּילן / אויפֿטרעטן אױף דער בינע?

זיכער. יעדער װאָס פֿירט אָן מיט אַן אַקטיװיטעט אױף דער ייִ״װ טוט עס פֿרײַװיליק (כאָטש מיר באָטן אױך אָן אַ רעגיסטראַציע־הנחה פֿון $50 אַ סעסיע). די ייִ״װ איז אַ הײמישע סבֿיבֿה. די ייִ״װ דינגט ניט קײן לעקטאָרן אָדער קינסטלערס. די ייִ״װ צאָלט ניט פֿאַר די צימערן פֿון די װאָס האַלטן רעפֿעראַטן און טרעטן אויף אױף דער בינע. אָבער אַזױ װי אױף דער ייִ״װ קומען אַ סך גרױסע ייִדיש־מומחים און ־טאַלאַנטן, איז די פּראָגראַם תּמיד אַן ערשטקלאַסיקע. אױב איר װילט אָנפֿירן מיט אַן אַקטיװיטעט, זײַט אַזױ גוט און שיקט אַ בליצבריװ אױף yvokh@yugntruf.org װאָס גיכער.

איר קענט מיר שיקן אַ צײַטפּלאַן פֿון אַקטיװיטעטן?

די אַקטיװיטעטן באַשטימט מען נאָר נאָך דעם װי יעדער האָט זיך פֿאַרשריבן. דעמאָלט זעט דער אַקטיװיטעטן־קאָאָרדינאַטאָר װער עס האָט װאָלונטירט אױף אָנצופֿירן מיט אַקטיװיטעטן און װעלכע אַקטיװיטעטן מע האָט װאָלונטירט אָנצופֿירן. דעם צײַטפּלאַן פֿאַרענדיקט מען געװײנטלעך אין אָנהײב אױגוסט און מע באַקומען אַ קאָפּיע װען מע קומט אָן אױף דער ייִ״װ. טאָמער װילט איר אָבער, איז דאָ אױפֿן װעבזײַטל אַ צײַטפּלאַן פֿון אַ פֿריערדיקן יאָר װאָס איר קענט איבערקוקן.

שאלות

דאָס רעגיסטרירן זיך

צי מוז מען קומען אױף דער גאַנצער װאָך?

נײן, איר מעגט קומען אױף אַזױ פֿיל אָדער אַזױ װײניק טעג װי איר װילט.

מעג איך זיך טײלן מיט עמעצן («טײַם־שײר»), אַזױ אַז איך צאָל פֿאַרן צימער אױף אַ האַלבער װאָך און יענער צאָלט אױף דער צװײטער העלפֿט?

נײן.

איך האָב אַ הויז לעבן דער קאָלאָניע. איז דאָ אַ ספּעציעלער פּרײַז פֿאַר צופֿאָרערס?

יאָ, מיר קענען צושטעלן אַ פּרײַז פֿאַר צופֿאָרערס. פֿאַרבינדט זיך מיט yvokh@yugntruf.org.

עס זײַנען דאָ הנחות פֿאַר סטודענטן? פֿאַר די װאָס קומען צום ערשטן מאָל? פֿאַר עלטערע לײַט? פֿאַר װײַטפֿאָרערס?

(1) יאָ, מיר װעלן הײַיאָר צושטעלן סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן! מיר קענען אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע ביזן 15סטן יולי אָט דאָ.

(2) הײַיאָר, צום ערשטן מאָל, באָטן מיר אָן אַ צימער־רעגיסטראַציע־הנחה פֿון 15 פּראָצענט פֿאַר די װאָס קומען צום ערשטן מאָל!.

(3) פֿאַר עלטערע לײַט — נײן.

(4) פֿאַר װײַטפֿאָרערס — מיר מוטיקן אײַך צו זוכן שטיץ פֿון אײַער אָרטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס ־ עס איז שױן געשען אין דער פֿאַרגאַנגנהײַט אַז מען האָט געקענט קומען צוליב אַזאַ שטיץ.

מיר האָבן אַ באַגרעניצטע צאָל געלטער צו העלפֿן די װאָס קענען נישט באַצאָלן דעם פֿולן פּרײַז. פֿאַרבינדט זיך מיט yvokh@yugntruf.org איבערצורעדן די מעגלעכקײטן.

צי מעג איך שױן אַרײַנשיקן מײַן רעגיסטריר־בױגן איצט און צאָלן שפּעטער?

דער אױסגעפֿילטער רעגיסטריר־בױגן גילט נאָר מיטן אָפּצאָל. שיקט זײ אין אײנעם. מיר װעלן נישט פֿאַרשרײַבן אײַער רעגיסטראַציע ביז איר זאָלט נישט באַצאָלן.

צי מעג איך פּשוט איצט צאָלן אַן אַדערױף און צאָלן דאָס איבעריקע שפּעטער?

נײן. צאָלט די גאַנצע סומע, צוזאַמען מיט דעם רעגיסטריר־בױגן. אַז איר האָט הײַיאָר נאָך נישט באַצאָלט קײן מיטגליד־געלט, שיקט דאָס אַרײַן צוזאַמען מיט אײַער רעגיסטראַציע.

אױב איר קענט נישט באַצאָלן די פֿילע סומע צוליב פֿינאַנציעלע סיבות און װילט אױפֿשטעלן אַ באַצאָל־פּלאַן, װעט אפֿשר זײַן מעגלעך. שטעלט זיך אין קאָנטאַקט מיט yvokh@yugntruf.org.

װי שפּעט קען איך באַשליסן אַז איך װיל קומען אױף דער הײַיאָריקער ייִ״װ?

מע קען װאַרטן װי לאַנג מע װיל, נאָר דורכױס אױף דער אײגענער ריזיקע.

ס’איז דאָ אַ צוצאָל פֿון $75 פֿאַר יעדן, װאָס פֿאַרשרײַבט זיך נאָכן 15טן יולי.

שיקט אַרײַן װאָס גיכער צו פֿאַרזיכערן אַז דער צימער װאָס איר װילט איז נאָך צום האָבן.

קען איך באַצאָלן מיט אַ קרעדיט־קאַרטל? צי מיט אַנדערע מיטלען?

(1) מען קען באַצאָלן מיט אַ קרעדיט־קאַרטל דורך פּײפּעל אין דער לעצטער סטאַדיע פֿונעם רעגסיטראַציע־פּראָצעס.

(2) טאָמער האָט איר פֿראַגעס װעגן אַנדערע אופֿנים פֿון באַצאָלן, זאָלט איר שיקן אַ בליצבריװ צו די אָרגאַניזירערס (yvokh@yugntruf.org) אָדער קלינגען אױף1-212-796-5782.

צי מעג איך פֿאַרבעטן אַ גאַסט (וואָס רעדט ייִדיש) אױף אַ מאָלצײַט?

יאָ! שטעלט זיך אין קאָנטאַקט מיט yvokh@yugntruf.org.

װער װעט זײַן מײַן מיטװױנער? כ’זאָרג זיך טאָמער זײַנען מיר ניט צוגעפּאַסט.

מיר רעקאָמענדירן אַז אױב איר װילט זיך רעגיסטרירן אין אַ טאָפּל־צימער, זאָלט איר געפֿינען דעם אײגענעם מיטװױנער. טאָמער אָבער קענט איר קײנעם נישט געפֿינען, װעלן מיר אײַך פּרוּװן צונױפֿפּאָרן מיט אַ פּאַסיקן מיטװױנער. זײַט אַזױ גוט און שטעלט צו װאָס מער אינפֿאָרמאַציע װעגן װאָס פֿאַר אַ מיטװױנער איר זוכט. מיר נעמען נישט אָן קײן אַחריות טאָמער שטימט נישט די צונױפֿפּאָרונג.

לגבי רײכערן: ס’איז יעדן פֿאַרװערט דאָס רײכערן, סײַ אין די בינינים, סײַ אױף די װעראַנדעס.

כ’האָב שױן באַצאָלט מײַן מיטגלידגעלט פֿאַר אַ יאָרן. פֿאַר װאָס דאַרף איך װידער צאָלן?

דאָס יוגנטרוף־מיטגלידגעלט, װי בײַ ס’רובֿ אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, איז חל יאָר־אײַן יאָר־אױס. אַ באַצאָלטער מיטגליד איז נאָר דער, װאָס האָט שױן באַצאָלט דאָס הײַיאָריקע מיטגלידגעלט. יעדער דערװאַקסענער װאָס קומט אױף דער ייִ״װ מוז זײַן אַ באַצאָלטער מיטגליד.

איך מוז אַנולירן מײַן רעגיסטראַציע. קענט איר מיר צוריקבאַצאָלן מײַן רעגיסטראַציע־אָפּצאָל?

אונדזער צוריקצאָל־כּלל איז אַזױ:

100% ביזן 24טן יוני

50% ביזן 8טן יולי

25% ביזן 22טן יולי

מיר װעלן נישט צוריקבאַצאָלן קײן רעגיסטראַציע־אָפּצאָלן נאָכן 22טן יולי, סײַדן איר קענט נישט קומען צוליב דעם װאָס איר באַקומט אַ דיאַגנאָז פֿון קאָראָנאַװירוס.

שאלות

דער פּלאַץ און דער טראַנספּאָרט

װוּ געפֿינט זיך די ייִ״װ?

אינעם „בערקשיר הילז אײַזנבערג קעמפּ“

‭159 Empire Rd, Copake, NY 12516, USA

װאָס זײַנען די טעלעפֿאָן־ און פֿאַקס־נומערן אינעם קאָנפֿערענץ-צענטער?

טעלעפֿאָן:  329-3303 (518) פֿאַקס:  619-4488 (646)

װי אַזױ קומט מען אָן אױף דער ייִדיש־װאָך?

מערסטע אָנטײלנעמערס קומען צו פֿאָרן מיט אַן אױטאָ אָדער מיטן ייִדיש־װאָך־אױטאָבוס, װאָס פֿאָרט אָפּ 30׃1 נאָך מיטאָג דעם 16טן אױגוסט פֿון 247 װעסט 30סטע גאַס אין מאַנהעטן, ניו-יאָרק, און פֿאָרט אָפּ נאָך דער ייִדיש־װאָך 30׃1 נאָך מיטאָג דעם 22סטן אױגוסט צום זעלבן אַדרעס אין מאַנהעטן. אױב איר װילט פֿאָרן מיטן ייִדיש־װאָך־אױטאָבוס, זײַט אַזױ גוט און באַצאָלט פֿאַר אַ פּלאַץ מיט אײַער רעגיסטראַציע. אױב איר קענט נישט קומען צו פֿאָרן נישט מיט קײן אױטאָ און נישט מיטן ייִדיש־װאָך־אױטאָבוס, איז לײענט װײַטער צו זען װאָס זענען די מעגלעכקײטן.

װוּ געפֿינען זיך דאָס נאָענטסטע פֿליפֿעלד און די נאָענסטע באַן־סטאַנציע? װי קומט מען אָן פֿון יענע ערטער צו דער ייִ״װ?

דאָס נאָענסטע פֿליפֿעלד איז Albany International, װאָס געפֿינט זיך אַרום אַ שעה װײַט פֿונעם קעמפּ. פֿון דאָרטן װעט מען דאַרפֿן פֿאָרן מיט אַ פּריװאַטן אױטאָ, אַן אויטאָבוס, אָדער אַ טאַקסי.

טוט אויך אַ קוק אויפֿן װעבזײַטל פֿונעם קעמפּ פֿאַר אַ מאַפּע װי אַזױ אָנצוקומען.

אױב מײַן עראָפּלאַן קומט צו פֿליִען דעם אָװנט אײדער עס הײבט זיך אָן די ייִ״װ, בײַ װעמען קען איך אײַנשטײן?

מיר קענען אױסגעפֿינען במשך פֿון זומער אױב עס זײַנען דאָ בעלנים צו זײַן גאַסטגעבער. טאָמער ניט, װאָלט איר געדאַרפֿט אײַנשטײן אין אַ האָטעל אױפֿן אײגענעם חשבון.

מעג איך דינגען אַן אױטאָ און אַהינפֿאָרן?

זיכער. אױב ניט דער לאַנגער פֿאָר, ניט די הוצאה זײַנען אַ מניעה, און איר האַלט אַז איר װעט דאַרפֿן קומען און אַװעק פֿון דער ייִ״װ במשך פֿון דער ייִ״װ, קען דאָס דינגען אַן אױטאָ פֿאַרגרינגערן אײַך דאָס לעבן. עס זענען, אָבער, נישטאָ קײן אױטאָ־פֿאַרדינגערס זײער נאָװנט צו דער זומער־קאָלאָניע, װאָלט איר געמוזט דינגען דאָס אױטאָ אױף אַ גאַנצער װאָך.

װי אַזױ קומט מען אָן מיט אַן אויטאָ?

אַ מאַפּע געפֿינט זיך אויפֿן װעבזײַטל פֿון דער זומער־קאָלאָניע און קען אױך געשיקט װערן צו די װאָס האָבן נישט קיין צוטריט צום אינטערנעץ.

װי לאַנג געדױערט אַהינצופֿאָרן מיט אַן אױטאָ פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק?

אַז מע פֿאָרט מיט אַ דורכשניטלעכער גיכקײט, אַן ערך 2.5 אָדער 3 שעה פֿון מידטאַון־מאַנהעטן.

װעט מען מיך קענען אָפּנעמען װען נאָר איך װיל פֿון דער אויטאָבוס-סטאַנציע?

אױב מער װי אַ פּאָר מענטשן קומען אָן אין דער זעלבער צײַט, קענען מיר אפֿשר אַראַנזשירן אַז עמעצער זאָל אײַך אָפּנעמען. אױב איר קומט אָן אין אַן אַנדער צײַט װעט איר מוזן אַלײן אָנקומען צום קעמפּ, אָבער די סטאַנציע איז נאָר 5 מינוט אַװעק פֿונעם קעמפּ. אַז איר פּלאַנירט אָנצוקומען מיטן אױטאָבוס, זײַט אַזױ גוט און לאָזט אונדז װיסן אין פֿאָרױס אױף yvokh@yugntruf.org.

כ’דאַרף פֿרי אַװעק. מע װעט מיך קענען צופֿירן צו דער סטאַנציע װען איך װיל?

זעט דעם ענטפֿער אױף «װעט מען מיך קענען אָפּנעמען…» דאָ אױבן.

קען איך כאַפּן אַ פֿלי אַהײם 6:00 בײַ טאָג דעם לעצטן טאָג פֿון דער ייִ״װ?

אױב איר פֿאָרט מיט אײַער אײגן אױטאָ, איז מסתּמא יאָ. טאָמער מאַכט איר אַ פֿלי־רעזערװאַציע פֿריִער פֿון יענע צײַטן אױף יענער דאַטע, טוט איר עס אױף דער אײגענער ריזיקע.

שאלות

דאָס עסן

איז דאָס עסן כּשר?

יאָ. אױף דעם ענטפֿערט מען באַריכות אונטער «כּשרות און פֿרומקײט» דאָ אונטן.

װאָסער מין עסן איז דאָ?

ס’איז געזונט, ס’איז כּשר און ס’איז געשמאַק.

קען אַ װעגעטאַריער זיך אַן עצה געבן?

אַװדאי. עס זײַנען דאָ װעגעטאַרישע ברירות אױף יעדן פֿלײשיקן מאָלצײַט.

שאלות

כּשרות און פֿרומקײט

װי כּשר איז דאָס עסן?

אַלע עסן אין דער זומער־קאָלאָניע איז כּשר און אַן אָנגעשטעלטער אָרטאָדאָקסישער משגיח היט אַלץ אין קיך.

אָנטײַלנעמערס מעגן ברענגען מיט זיך פּריװאַט נישט־כּשרע עסן, אַבי מע האַלט עס בײַ זיך אין די צימערן.

צי קומען אָרטאָדאָקסישע ייִדן אױף דער ייִ״װ?

יאָ. געװײנטלעך זײַנען אַ 10 פּראָצענט פֿון די באַטײליקטע אָרטאָדאָקסישע.

צי זײַנען דאָ אָרטאָדאָקסישע און/אָדער עגאַליטאַרישע מנינים?

אין אַ געװײנלעכן יאָר איז שבת דאָ אַ מנין, סײַ אַן אָרטאָדאָקסישער סײַ אַן עגאַליטאַרישער, סײַ פֿרײַטיק צו נאַכטס סײַ שבת אין דער פֿרי. װיכטיק איז צו באַמערקן, אַז בײדע מנינים האַלט מען נאָר װען עס זײַנען דאָ באַטײליקטע, װאָס נעמען זיך אונטער אין פֿאָרױס די אָרגאַניזיר־אַרבעט. אַז איר װילט העלפֿן אָרגאַניזירן, זײַט אַזױ גוט און שרײַבט אונדז אױף yvokh@yugntruf.org.

שאלות

צוריק צו ייִדיש־װאָך