צום זעקסטן יאָר שטעלט יוגנטרופֿס ייִדיש־ברײק צו יונגע ייִדיש־רעדערס און אָנהענגערס אַ געלעגנהײט אױפֿן קאַמפּוס צו פֿאַרברענגען אױף אַ סוף־װאָך פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור װאָס איר װעט נישט פֿאַרגעסן!.
אױף ייִדיש־ברײק, קומען היגע קאַלעדזש־סטודענטן און יונגעלײַט צו הערן סעמינאַרן, עסן, שמועסן, שפּילן זיך, זיך באַטײליקן אין װאַרשטאַטן, זינגען לידער, טאַנצן, און קוקן אױף פֿילמען—אַלץ אױף ייִדיש און אױף ענגליש. כּשרע מאָלצײַטן שטעלן מיר צו, נאָר דאָס אײַנשטײַן איז אײַער אַחריות.
.