English ייִדיש

ייִדיש־ברײק־שיקאַגע
פֿון סאָניע גאַלאַנץ

װען איך האָב אָנגעהױבן זיך לערנען ייִדיש מיט כּמעט צװײ יאָר צוריק, האָב איך גיך אײַנגעזען אַז מײַן הײמשטאָט, דאָס הײסט ניו־יאָרק, איז אַ מין ירושלים פֿאַר ייִדישיסטן. צום באַדױערן בין איך שױן געװען אַ סטודענטקע אינעם שיקאַגער אוניװערסיטעט. פֿאַר װאָס צום באַדױערן?

נישט חלילה צוליב מײַן אוניװערסיטעט, נישט געקוקט אױף דעם װעטער אין שיקאַגע און אױף דער שװערער אַרבעט, נאָר צוליב דעם װאָס פֿון אײן זײַט איז מײַן ייִדיש־רעדנדיקע קהילה הײמיש און נאָענט, נאָר פֿון דער צװײטער זײַט איז זי קלענער װי מײַן ייִדיש־רעדנדיקע קהילה אין ניו־יאָרק. מײַן גױיִש־רעדנדיקע חבֿרה איז צופֿרידן זיך צו באַקענען מיט אַ ביסל מאַמע־לשון צוליב מיר; פֿון זײער קוקװינקל איז ייִדיש אַ לעבעדיקע „סאָניעדיקע” שפּראַך.

דאָס איז נישט די ערגסטע מײנונג װעגן ייִדיש, אָבער װען זײ װאָלטן זיך נאָר געקענט באַקענען מיט דער ייִדישיסטישער קהילה אין ניו־יאָרק … און טאַקע, פֿאַר מײַן ייִדישיסטישער נשמה, װען ייִדיש־ברײק װאָלט געװען ערגעץ נאָענטער צו שיקאַגע אָדער אין אַ צײַט װײַטער פֿון אונדזערע עקזאַמענס … אָבער צום גליק ביך איך נישט דער אײנציקער ייִדישיסט װאָס האָט אַזױנע חלומות!

מיט אַ כּלערלײיִקן פּלאַניר־קאָמיטעט װאָס איז באַשטאַנען פֿון זיבן ייִדישיסטישע סטודענטן און מיט יוגנטרופֿס הילף האָבן מיר געמאַכט ממש אַ גרױסע ייִדיש־אונטערנעמונג פֿאַר יונגע-לאײַט: ייִדיש־ברײק-שיקאַגע!

ייִדיש־ברײק-שיקאַגע איז געװען זײער הצלחהדיק. מיט מער װי 50 מענטשן װאָס האָבן זיך פֿאַרשריבן, אַפֿילו העט פֿון לאָס אַנדזשעלעס און ניו־יאָרק, האָבן זיך מער מענטשן פֿאַרבונדן מיט אונדז װי מיר האָבן אַפֿילו געהאָפֿט — נאָר מיר האָבן נאָך אַלץ געהאַט גענוג עסן, שלאָפֿ־פּלעצער, און אַקטיװיטעטן. במשך דעם סוף־װאָך האָבן מיר זיך באַגעגנט מיט נײַע מענטשן, פֿאַרשפּרײט אונדזער ליבשאַפֿט צו ייִדיש, און גערעדט װאָס מער אױף ייִדיש.

סטודענטן פֿון נאָרטװעסטערנס ערשטיאָריקן ייִדיש־קלאַס האָבן גערעדט מיט געבױרענע ייִדיש־רעדערס; מענטשן װאָס האָבן שױן געקענט דײַטש אָדער העברעיִש האָבן זיך געלערנט ייִדיש אױסנוצנדיק זײערע שפּראַך־קענטענישן; אָנהײבערס האָבן זיך געלערנט אַ פּאָר ייִדישע לידער; און «שטאַרקערס» פֿון יוגנטרוף האָבן זיך געלערנט לײַטיש טאַנצן מיט שיקאַגעס טענץ־גאָון: סטיװ װײַנטרױב. מיר האָבן אױך געהאַט אַ זינגערײַ און כּשרע „ס’מאָרס” אױפֿן ברעג טײַך מישיגען.

אם-ירצה-השם װעלן מיר האָבן נאָך אַ סך ייִדיש־ברײקס איבערן לאַנד, און אפֿשר אױך, לאָמיר האָפֿן, ייִדיש־ברײק-שיקאַגע 2010!