-
הנחה פֿאַרן צוציִען נײַע רעגיסטראַנטן
ציט צו נײַע באַטײליקטע אויף דער ייִדיש־װאָך און קריגט אַ הנחה!
צו קריגן אַ הנחה־קאָד, שיקט אונדז אין אַ בליצבריװ אויף yvokh@yugntruf.org דעם נאָמען פֿונעם מענטש װאָס איר רעקאָמענדירט, אָדער דער מענטש װאָס האָט אײַך רעקאָמענדירט צו קומען אויף דער ייִדיש־װאָך — און איר װעט בײדע קריגן אַ הנחה פֿון $50 אויף אײַער רעגיסטראַציע. די הנחה גילט נאָר פֿאַר מענטשן װאָס קומען אויף דער ייִדיש־װאָך צום ערשטן מאָל.
Category Archives: נײַעס
יוגנטרוף־זשורנאַל/ליטעראַטור־קאָנקורס
װעט איר גאָר זײַן דער נײַער שלום־עליכם אָדער אַבֿרהם סוצקעװער? יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש באַנײַט איר ייִדיש־שפּראַכיקן ליטעראַרישן זשורנאַל פֿון פּאָעזיע, דערצײלונגען, עדיטאָריאַלן און אַרטיקלען. דערצו זוכן מיר נײַע יונגע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן װאָס נײטיקן זיך אין אַ … Continue reading