עיקר שכחתּי
ס’קומט אײַך אַ מזל–טובֿ, פּאַני שלום–עליכם — כ’האָב נאָר וואָס געלייענט אין די גאַזעטן, אַז איר זענט, מיטן אייבערשטנס הילף, אַריבער דעם גרויסן טײַך, אָנגעקומען בשלום און געזונט אויף אַלע אבֿרים, הלוואַי אויף מיר און אויף כּל–ישׂראל געזאָגט געוואָרן, אין דער גאָלדענער מדינה. גאָט זאָל אײַך באַשיצן, אַז די ייִדן אין אַמעריטשקע זאָלן אײַך טראָגן אויף די הענט, אַזוי ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ ייִדן אַ שרײַבער מיט אײַער געשוואָלענעם ייִחוס, איר זאָלט האָבן געזונט און פּרנסה מיט אײַער ווײַב און קינדער, מיט נחת און מיט פֿריידן, אָמן סלה!
עיקר שכחתּי — מיך האָט איר שוין פֿאַרגעסן, אַזוי גרויס זענט איר געוואָרן? אײַער טבֿיה מוטשעט זיך ווײַטער אויף יענער זײַט ים, אַז דער דלות קלעפּט זיך אָן קען מען אים נישט אַזוי באַלד פּטור ווערן — נישט דערפֿאַר ווײַל מײַנע פּלענער זענען דורכגעפֿאַלן, אַדרבא — גאָר פֿאַרקערט! מײַן חלום איז מקוים געוואָרן, אין אַ מזלדיקער שעה, מיט אַ באַן פֿון יעהופּעץ, אַ האַנדלשיף פֿון אַדעס, אַ ביסל לא–יחרץ–געלט פֿון סטאַמבול, ביז במקלי עבֿרתּי, מאַכט רש״י אויב נישט קיין קליאַטשע זאָל זײַן אַן אייזל, און מיט דעם בין איך געקראָכן קיין יפֿו, און סוף–כּל–סוף אָנגעקומען אינעם לאַנד פֿון אונדזערע אָבֿות. בקיצור, כ׳האָב זיך געדונגען אַ חדרל אין ירושלים עיר–הקודש, אויפֿן געסל וווּ עס שוויבלט און גריבלט מיט ייִדעלעך אײַנגעטונקען אין בערד מיט פּאות, אויף יעדן דעכל אַ בית–המדרש, אין יעדן קעלער אַ מקווה, אין יעדן ספּאָדיק אַ תּלמיד–חכם — פֿיל איך זיך אין דער היים ווי אַ קניידל אין פּוטער. נאָר וווּ ויהי דאָרט אַ צרה — ווער וועט קויפֿן מײַן ביסל מילכיקס, קעז און פּוטער, ווען די ירושלימער זון האָט נישט קיין פּוטערפֿאַס און ס׳בראָט, בריט און ברענט ווי בײַם זיידן אַבֿרהם אָבֿינו, און ס׳מאַכט מײַן גאַנץ ביסל שאָר–ירקות קאַליע? אַ מזל, וואָס גאָט איז אַ פֿאָטער און זײַנע ייִדישע קינדער גיבן צדקה מיט אַ ברייט האַרץ און אַ פֿולער האַנט, בין איך, הייסט עס, געוואָרן איינער פֿון די עשׂרת בטלני העיר, מישטיינס געזאָגט, אַ פֿרומער ייִד אויף דער עלטער. ווען איך האָב געשפּירט, אַז קצתּי בֿחיי — ס׳טײַטש אַז ס׳לעבן שטייט בײַם שפּיץ נאָז, האָב איך, כּאילו כּפֿאו שד, ווי אשתּי גאָלדע עליה–השלום וואָלט געקומען אין חלום זאָגן “טבֿיה, שוין צײַט צו זאָגן גאָט פֿון אַבֿרהם אויף דײַן אייזעלע”, הקיצור, האָב איך געפּטרט מײַן אייזל און איך האָב עס פֿאַרקויפֿט אין דער אַלטשטאָט, זיך געדונגען מיט אונדזערע ברידער די ישמעאלים, וואָס רעדן אַפֿילו נישט קיין גלע״ז, אָבער דינגען זיך קענען זיי אויף אַלע שיבֿעים לשונות, און באַקומען פֿאַר אים אַ נישקשהדיקע מטבע. רײַך ווי בראָדסקי בין איך נישט געוואָרן, נישט פֿונעם אייזל, און נישט פֿון דער חלוקה, אָבער שטאַרבן שטאַרב איך אויך נישט דרײַ מאָל אַ טאָג פֿון הונגער, אַזוי ווי אַ מאָל. דער עיקר, אַזוי ווי מײַן משפּחה וווינט זייער ווײַט, אין רוסלאַנד, און גאָלדע איז דאָך שוין אויף יענער וועלט, און ביילקען קענט איר אין ניו–יאָרק איבערגעבן אַ הייסן גרוס, האָב איך, ברוך–השם, נישט וועמען אויסצוהאַלטן אַחוץ טבֿיהן אַליין — איז אַראָפּ אַ שטיין פֿון האַרצן.
(more…)