אוריאל ווײַנרײַך און לויִס קאַראָל — פֿון שמואל נײַדאָרף

קוועטשט אונטן, כּדי צו לייענען דאָס נײַע ליד פֿון שמואל נײַדאָרף אוריאל ווײַנרײַך און לויִס קאַראָל

Continue Readingאוריאל ווײַנרײַך און לויִס קאַראָל — פֿון שמואל נײַדאָרף

שרײַבט

הײַנט האָבן מיר באַשלאָסן, אַז יעדער מענטש זאָל אָנשרײַבן אַ פּאָר ווערטער וועגן וואָס עס זאָל נישט זײַן פֿאַר אונדזער בלאָג. עס פֿעלט ניט ייִדישיסטן, עס פֿעלט בלויז צײַט —…

Continue Readingשרײַבט

אַ שאָכפּאַרטיע

פֿון מאַרינאַ אַלעקסעעוואַ אין אַ שיינעם זומערדיקן נאָכמיטאָג בין איך אײַנגעלאַדן געוואָרן צו מײַן נײַעם חבֿר, קירילן. מע האָט זיך שוין פֿריִער עטלעכע מאָל באַגעגנט בײַ דער פּיאַנע–לערערין אונדזערער. ביידע…

Continue Readingאַ שאָכפּאַרטיע

‏טשערנאָװיץ ‏

פֿון אַנע ערשלער

איך האָב זיך אויפֿגעכאַפּט ווײַל אַרום מיר האָט מען שטאַרק אַפּלאָדירט. איך האָב ניט געקענט פֿאַרשטיין וווּ איך בין. איך בין געזעסן אין אַ גרויסן און זייער אַ שיינעם זאַל, וואָס איז געווען ענלעך צו אַ פֿילהאַרמאָניע. נאָר ס׳איז ניט געווען קיין קאָנצערט. עמעצער איז געשטאַנען אויף דער בינע, מסתּמא אַ רעדנער וואָס האָט נאָר וואָס געענדיקט די רעדע. צי האָט ער גערעדט אַזוי נודנע, אַז איך בין אײַנגעשלאָפֿן? ס׳איז ניט געווען מעגלעך: אַלע אינעם זאַל זענען געווען זייער באַגײַסטערט, מע האָט אַפּלאָדירט עטלעכע מינוט אָן אַן איבעררײַס. אָבער וווּ בין איך? וואָס איז מיט מיר, אַז איך קען ניט זאָגן וווּ איך בין? דאָס פּנים פֿונעם רעדנער איז מיר געווען זייער באַקאַנט: אַ מענטש מיט וואָנצעס און גרויסע ברעמען. אָבער ווער איז ער? צי בין איך אפֿשר קראַנק, אַז אַלץ איז אַזוי צעמישט און מוטנע אין מײַן קאָפּ? וואָס איז דאָס פֿאַר אַ פֿאַרזאַמלונג?

איך האָב זיך אַרומגעקוקט: אינעם זאַל זענען געווען עטלעכע הונדערט מענטשן, אָדער בעסער צו זאָגן עטלעכע הונדערט ייִדן. ס׳רובֿ זענען געווען מאַנצבילן, אָבער אַרום מיר — אויך אַ פּאָר פֿרויען. אַלע אינעם זאַל האָבן אויסגעזען אומגעוויינטלעך, ס׳איז געווען עפּעס — איך ווייס ניט — אין די מלבושים זייערע, אין דעם אויסדרוק פֿון די פּנימער — וואָס איך האָב עס פֿריִער קיין מאָל ניט געזען. איך האָב נאָך אַ מאָל אַ קוק געטאָן אויפֿן רעדנער און איך האָב אים סוף–כּל–סוף דערקענט: י. ל. פּרץ! און איך האָב תּיכּף פֿאַרשטאַנען: איך בין אין טשערנאָוויץ, אויף דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ.

איך האָב אַ קוק געטאָן אויף מײַנע הענט. כ’האָב אויפֿגעהויבן די רעכטע האַנט, זי אַוועקגעלייגט צוריק אויפֿן הענטל פֿונעם פֿאָטעל, דאַן אויפֿגעהויבן מײַן לינקע האַנט. ניין, — האָב איך זיך געזאָגט — איך קען באַוועגן מײַנע הענט פּונקט אַזוי ווי איך וויל. איך קען זען די דלאָניעס. איך שלאָף ניט. ס׳איז ניט קיין חלום. איך בין אויף דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. אָבער ווי איז דאָס מעגלעך? ווי אַזוי בין איך אָנגעקומען אַהער?

(more…)

Continue Reading‏טשערנאָװיץ ‏