די פֿלאַמענדיקע מויערן פֿון דער וועלט

Posted in פּאָעזיע | Tagged | 1 Comment

קינדער אָן נעמען (שׁימחה און איכות)

קינדער אָן נעמען

קומען יעדן טאָג אויף דער וועלט

און נעמען אָן קינדער

האָבן זיך פֿאר זיי אַוועקגעשטעלט

משל און נימשל

האָבן קיין טײַטשן חוצן שײַכות

און אין די ימים של

שׂימחה זאָלסט זיך מעסטן לויט דײַן איכות.

Posted in פּאָעזיע | Leave a comment

מוזיק־כּישוף — פֿון לאה ראָבינסאָן

Posted in פּאָעזיע | Tagged | Leave a comment

נײַער נומער “ווײַטער” מיט מעשׂיות פֿון יונגע שרײַבערס

דער נײַער נומער פֿונעם זשורנאַל פֿאַר ייִדיש־תּלמידים “ווײַטער” נעמט אַרײַן מעשׂיות געשריבן פֿון יונגע שרײַבערס, וואָס זײַנען אויך אַקטיווע מיטגלידער פֿון “יוגנטרוף”. ווען דער “פֿאָרווערטס” וועט דרוקן נאָך מעשׂיות און אַרטיקלען פֿון אונדזער קרײַזל, וועט מען זיך קענען פֿאַרבינדן אויך דורך אונדזער בלאָג

ווי אַזוי מאַכט מען אַ פּענמענטש

קאָנקורענטן — פֿון עמיל קאַלין

אויף גיך — פֿון לייזער בורקאָ

בדיקת־תּולעים — פֿון יאַנקל־פּרץ בלום

גאָט אַליין שיקט די רפֿואה פֿאַר דער מכּה — פֿון יאַנינאַ וווּרבס

באַראַק אָבאַמאַ — פֿון פּינחס גלויבער

Posted in פֿאַרשידנס | Tagged | Leave a comment

די אַרויסשווימונג — פֿון שמואל נײַדאָרף

Posted in פּאָעזיע | Tagged | Leave a comment

Finnegans Wake – in Yiddish

Finnegans Wake  פֿון אַ גאַנץ וואָך

Foreword

That every word what here stands in this holy book is holy of holies. Pure secrets of the Torah. One should not think that these are, G-d forbid, simple tales, because the tales what stand in this book he told, the great saint the highest holy one, the holy rabbi Mr. James Joyce, may his righteous memory be for a blessing, may his merit assist us.

הקדמה

אַז איטְליכְס ווָארט ווָאס דָא שְטֵייט אין דֶעם הֵייליגען סֵפֶר איז קוֹדֶש קָדָשים. לוֹטֶער סוֹדוֹת הַתּוֹרָה. מֶען זָאל נישְט מֵיינֶען אַז דָאס זֶענֶען חַס וְשָלוֹם פְּרָאסְטֶע מַעֲִשׂיוֹת, ווָארין דיא מַעֲשׂיוֹת ווָאס אין דֶעם סֵפֶר שְְטֵייעֶן הָאט דֶער צֵיילְט דֶער גְרויסֶער צַדיק דֶער קְדוֹש עֶליוֹן דֶער הֵייליגֶער רַבי ר׳ דְזֵיימז דְזוֹיס זֵכֶר צַדיק לבְרָכָה, זַיין זְכוּת זָאל אוּנְז בַייא שְטֵיין.

riverrun, past Eve and Adam’s, from swerve of shore to bend

טײַכנטריט, פֿאָרבײַ פֿאַר אָדם־חוהס שוועל, פֿון ברעג צו בוכטע,

of bay, brings us by a commodius vicus of recirculation back to

ברענגט אונדז אויף וויקאָוועגן קרומקעריק צו הויט־קאַזאַרמע און אַרום.

Howth Castle and Environs.

Sir Tristram, violer d’amores, fr’over the short sea, had passen-

הער טרייסטראַם, פֿאַרשפֿעכער פֿון פֿידלען, פֿיבערן שפֿאַרצן ים, איז נאָך

core rearrived from North Armorica on this side the scraggy

ניט ווידער אָנגעקומען פֿון ציפּ־צפֿון אַרמעריטשקע אויף יענער זײַט טערקײַ

isthmus of Europe Minor to wielderfight his penisolate war: nor

איבערן שאָרסטיקן לאַנדהאַלדז, כּדי צו ווילדערפֿעכטן זײַן האַלבאינדזלדיקן

had topsawyer’s rocks by the stream Oconee exaggerated themselse

קריג: בײַ די טײַכן פֿון באַוול, ווײַט איבערן ים־הנאָדל, אין דזשאָרדזשאַ, האָט

to Laurens County’s gorgios while they went doublin their mumper

שׂמחהלע לוטוואַק פֿון דובלין כּסדר געסדרט די סטיינדעלעך, גרויס ווי אַ

all the time: nor avoice from afire bellowsed mishe mishe to

גינעס: און אַ בת־קול ברומט אַרויס פֿון פֿײַער: משה! מישע! שטיי אויף!

tauftauf thuartpeatrick: not yet, though venissoon after, had a

ס׳איז שאול צײַט זיך צו טובֿלען אין פּטשאַלטע מקוואָות — פּששש!

kidscad buttended a bland old isaac: not yet, though all’s fair in

נאָך ניט, אָבער באַלד דערנאָך האָט אַ ציגעלע געצויגלט דעם אַלטן יצחק:

vanessy, were sosie sesthers wroth with twone nathandjoe. Rot a

נאָך ניט, אָבער מאָ מאָג אין ווענעדאָג, וווּ שוווּסטערלעך

peck of pa’s malt had Jhem or Shen brewed by arclight and rory

בייזערן זאַך אויף נתן און יואליש. אַזאַ משקא האָבן שם און יפֿת געברײַט,

end to the regginbrow was to be seen ringsome on the aquaface.

און דעם סוף פֿונעם רעגנברעמען זעט מען אויפֿן וואַסערפֿלאַך.

The fall (bababadalgharaghtakamminarronnkonnbronntonner-

דער פֿאַל (נאַנאַנאַחנחמנמאומןטאָלאַראַכטעקאַפֿקענאַראָנדעבראָנטאָכאַוור־

ronntuonnthunntrovarrhounawnskawntoohoohoordenenthur-

ראָנדונערדינדאָמבליצענהויהויזענויבויאַדוישמויוועשעמכאַדאַבאָכאַבאַד־

nuk!) of a once wallstrait oldparr is retaled early in bed and later

ניק!) פֿון אַ פּאָרפֿאַלק גאַמאַל אויף וווילסטריט ווערט ערצעהלט פֿרי אין

on life down through all christian minstrelsy. The great fall of the

בעט און אויך שפּעטער  פֿין אַלע סיפּורים הקדושים. דער גרויסער פֿאַל פֿון

offwall entailed at such short notice the pftjschute of Finnegan,

גן־עדן טרערנטאַל האָט געפֿירט צאָפּ אָפּפֿאַל פֿין פֿיננעגאַן,

erse solid man, that the humptyhillhead of humself prumptly sends

דער אײַרישמענטש, בליטן מולעך, אַזוי אַז דער הויפּטהאָרבאַטער שיקט

an unquiring one well to the west in quest of his tumptytumtoes:

אַפֿאַ מיסיע קען מערבֿ — צו געפֿינען זײַנע פֿוספֿאַנגערלעך:

and their upturnpikepointandplace is at the knock out in the park

און דער פּונקטפֿאַרקערטפּונקטאונפּלאַץ באַם נאַקאַוט אינעם פּאַרק

where oranges have been laid to rust upon the green since dev-

וווּ מאַראַנצן ליגן פֿאַרזשאַווערטע אַפֿן גרינעם קלייד זינט דודל

linsfirst loved livvy.

האָט חנה־ליבען ערשט ליב באַקומען.

Posted in פֿאַרשידנס | 2 Comments

אין דער אונטערבאַן

פֿון לייזער בורקאָ

האָט קיין פֿאַראיבל ניט, מײַנע דאַמען און הערן, איך באַדויער זייער וואָס איך מוז אײַך שטערן אין מיטן דער נסיעה, אָבער דער ביטערער מצבֿ לאָזט מיך ניט אָפּהיטן אַלע גוטע מאַניערן. איך בין נעבעך, ווי איר קוקט מיך אָן, אַ היימלאָזער מענטש — איך האָב ניט קיין אַרבעט, ניט קיין דאַך איבערן קאָפּ. איך וויל אײַך ניט דערציילן אַלע פּרטים — ווי אַזוי דער שטײַעראַמט, דער IRS ימח שמו וזכרו, האָט פֿאַרכאַפּט מײַן גאַנץ פֿאַרמעגן, קעגן אַלע געזעצן פֿון מענטשלעכקייט און יושר. ווי אַזוי מײַן ווײַב, אַ שוואַרץ יאָר אויף איר קאָפּ, האָט נאָכן גט גענומען אונדזערע זעקס קינדער, טײַערע ייִדישע נשמהלעך, און איז אַוועק מיט זיי קיין פּאַריז לעבן אַ גוטן טאָג מיט איר ליובאָווניק, דער שייגעץ, פֿינצטער און ביטער זאָל אים זײַן. איר דאַרפֿט ניט הערן מײַנע אַלע צרות, וואָס זײַנען פֿאַר אַלעמען צו זען, אײַנגעקריצט בײַ מיר אויפֿן פּנים, ווי אויף פּאַרמעט די שוואַרצע אותיות געכּתבֿעט אין אַ ספֿר־תּורה. איך וועל אײַך ניט זאָגן, וואָס דער גנבֿ, מײַן שווער, האָט געטאָן מיט די געלטער וואָס איך האָב אינוועסטירט אין זײַן פֿירמע, אויף דאָקטוירים זאָל ער דאָס אַוועקגעבן. איר זײַט ערלעכע מענטשן, איר זאָלט ניט וויסן פֿון אַזעלכע גנבֿות און רציחות, וואָס די רשעים, מײַן שוואָגער און זײַנע שותּפֿים, האָבן אָנגעמאַכט אַקעגן בלויז נאָר דערפֿאַר, וואָס איך בין אַ ייִד. אַ ייִד טאָר ניט פֿאַרדינען אַ פּאָר טאָלער פֿאַר זיך אַליין? און ווער זאָגט, אַז מע דאַרף זיך טיילן מיט אַלצדינג, וואָס מע האָט פֿאַרדינט פֿון דער אייגענער פּראַצע? איר מיינט, אַז זיי האָבן אַליין ניט גענומען און געשוויגן? אַ נעכטיקער טאָג! זאָל מיר נאָר צוקומען וואָס זיי האָבן געריסן פֿון טויטע און פֿון לעבעדיקע.

נאָר דאַנקען גאָט וואָס ס׳איז דאָ אַ באַשעפֿער אויף דער וועלט, וואָס מאַכט גלײַך די קרומע און באַצאָלט די רשעים גלײַך מיט גלײַך. זיי וועלן שוין זען, ווי איך וועל זיך אָפּרעכענען מיט זיי, חזרים וואָס זיי זײַנען; וואָס סע קומט זיי פֿאַר זייער רישעות, פֿאַר דעם ווי זיי האָבן באַהאַנדלט אַן ערלעכן ייִד, אַ טאַטן פֿון קינדער! איך האָב ניט קיין מורה פֿאַר זיי מיט זייערע “ריסטריינינג אָרדערס” און פּריוואַטע דעטעקטיוון. איר מיינט, אַז איך קען ניט שיסן? איך קען, ווי איך בין אַ ייִד — איך וועל זיי שוין ווײַזן וואָס איך קען!

נו, איר זעט, מײַנע דאַמען און הערן, ווי מע רעגט מיך אויף? איר זאָלט ניט וויסן פֿון מײַנע צרות — ס׳איז ניט געזונט, ווען מע האָט אַ הויכן בלוטדרוק. און פֿאַרוואָס זאָל איך שרײַען אויף אײַך, ווען איר זײַט ניט שולדיק, אויף אײַך קען מען זיך פֿאַרלאָזן. דאָס זע איך אין אײַערע אויגן. איז האָט גאָט אין האַרצן און האָט רחמנות אויף אַ אָרעמאַן, אויף אַן ערלעכן ייִד נעבעך, און שענקט אַ נדבֿה. איך וועל געדענקען יעדן איינעם באַזונדער, איך וועל אײַך דאַנקען פּערזענלעך. און אויב איר האָט ניט קיין געלט, איז גיט כאָטש אַ שמייכל. אַ גוטן טאָג!

Posted in מעשׂיות | Tagged , , | Leave a comment

אינטערוויוען מיט די קינדער אויף דער ייִדיש־וואָך 2010

Posted in פֿאַרשידנס | Tagged | Leave a comment

Shraybkrayz 11/17/10 שרײַבקרײַז


Posted in אונטערנעמונגען | Tagged | Leave a comment

שרײַבקרײַז 13/10/2010

Posted in אונטערנעמונגען | Tagged | Leave a comment