צוליב דעם אויסנאַם־צושטאַנד איז די אונטערבאַן ניט געפֿאָרן איבער דער מאַרסי־עוועניו־סטאַנציע. דער פֿאַרקער אויף בראָדוויי, די הויפּטגאַס וואָס געפֿינט זיך אונטער די באַנרעלסן, האָט זיך אין גאַנצן אָפּגעשטעלט. די ווייניק מענטשן אין די קרעמלעך און קיאָסקן האָבן געשפּירט די מאָדנע שטילקייט, געשמעקט די סכּנה אין דער קאַלטער לופֿט.
די ערשטע קלאַנגען האָבן זיך געהערט פֿון צפֿון, פֿון וואַנען די ערשטע באַנדעס אַרטיסטן און כוליגאַנעס זײַנען געקומען נעמען שליסל־פּאָזיציעס הינטער די גרויסע אויטאָס און די ריזיקע זײַלן, וואָס טראָגן די באַנרעלסן. “פּאָנק־ראַק”־מוזיק האָט געשפּילט פֿון די אָפֿענע פֿענצטערס אויף דער צפון-זײַט און מע האָט אויסגעשריגן, געבראָכן פֿענצטער אָדער געשאָסן אין דער לופֿטן, כּדי זיך צוצוגעבן מוט. צו ביסלעך זײַנען געקומען נאָך באַנדעס, נאָך און נאָך יונגע מענער און פֿרויען, מיט צעריסענע קליידער, געפֿאַרבטע האָר אָדער געגאָלטע קעפּ, ווילדע פֿריזורן, רינגלעך אין דער נאָז און אַרום די ליפּן. זיי האָבן געהאַלטן אין די הענט מעסערס, שטעקנס, פּיסטוילן, אָפּגעבראָכענע בירפֿלעשלעך. די פֿרויען האָבן געלאַכט און געכיכעט, די מענער — געזוכט מיט די אויגן סימנים פֿון שׂונא.
אַזוי זײַנען פֿאַרגאַנגען עטלעכע מינוט, בעת וועלכע די קרעמערלעך האָבן פֿאַרהאַקט די טירן און זיך באַהאַלטן אין קעלער. די רעדל־פֿירערס האָבן שוין אָנגעהויבן זיך פֿילן אַנטוישט, וואָס דער שׂונא באַווײַזט זיך ניט, ווען די ערשטע שטיינדלעך זײַנען געפֿאַלן. צו ערשט אַ פּאָר שטיינדלעך, וואָס האָבן פֿאַרפֿעלט דעם ציל און זײַנען אָפּגעשפּרונגען פֿון דער ערד, אָבער דערנאָך הונדערטער, טויזנטער, וואָס זײַנען אַראָפּגעפֿלויגן פֿון די דעכער פֿון די בנינים אויף דער דרום־זײַט. ווער עס האָט אַרויפֿגעקוקט און ניט גלײַך פֿאַרלוירן אַן אויג האָט דערבליקט די קעפּ און הענט פֿון הונדערטער חסידישע ייִנגלעך, וואָס וואַרפֿן מיט שטיינער, מיט פֿלעשלעך, מיטן גאַנצן מיסט, וואָס זיי האָבן דאָרט אויבן צונויפֿגעקליבן, כּדי צו דינען ווי אַמוניציע. די אַרטיסטן האָבן זיך צוריקגעצויגן צו מער זיכערע פּאָזיציעס, אַרויפֿגעהויבן הילצערנע ברעטער איבער די קעפּ און געוואַרט, ביז די באָמבאַרדירונג וועט זיך אויסשעפּן. זיי האָבן אויך געשאָסן פֿון דער צפֿון־זײַט פֿון די אייגענע פֿענצטערס און דעכער. עטלעכע פֿאַרוווּנדיקטע זײַנען פֿאַרבליבן אין מיטן גאַס, ניט געקענט קריכן אויף צוריק, געבעטן הילף, נאָר קיינער האָט זיי ניט געהערט.
מיט אַ מאָל האָט די טיר פֿון אַ גרויסער מצה־בעקערײַ אויף דער דרום־זײַט זיך אויפֿגעפּראַלט און אַ משׂה־אויטאָ איז אַרויס אין מיטן גאַס, אַרײַנגעפֿאָרן אין דער ריי אַרטיסטן און זי געשפּאָלטן אין צוויי. בשעת די צעווילדעוועטע באַנדעס האָבן אַרײַנגעשאָסן אין משׂא־אויטאָ פֿון ביידע זײַטן, אַרויפֿגעקלעטערט, געשטאָכן מיט שטאָלענע שפּיזן אין די זײַטן און פֿון אויבן, האָט זיך געהערט אַ געשריי. פֿון דיוויזשן־עוועניו האָט זיך אַרויסגעלאָזט אַ מאַסע חסידים, גרויסע, באַלײַבטע, לויפֿנדיק מיטן פֿולן אימפּעט. אין די הענט האָבן זיי געהאַלטן שטעקנס, ביקסן, די מעטאַלענע דעקלעך פֿון מיסטקעסטלעך. די שוואַרצע קאַפּאָטעס האָבן געפֿלאַטערט אין ווינט און די ערד האָט געציטערט אונטער זייערע פֿיס ווי פֿון אַ סטאַדע פֿאַרווילדעטע בופֿלאָקסן. פֿון פֿאָרנט האָט געברומט אַ ריזיקער חסיד מיט אַ לאַנגער, געלער באָרד, וואָס האָט געהויבן מיט ביידע הענט אַ גרויסן האַק. הינטער אים איז געגאַנגען אַ צווייטער, אַ ביסל קלענער אָבער נאָך ברייטער, מיט אַ שוואַרצער באָרד, וואָס האָט מיט איין האַנט געשוווּנגען אַ דיקע אײַזערנע קייט און און אין דער צווייטער געהאַלטן אַ שעכטמעסער.
דאָס געווער האָט געקנאַלט און גערויכט אויף ביידע זײַטן בשעת די צוויי מאַסן זײַנען זיך צוזאַמען געשטויסן. ווי אַ כוואַליע האָבן די חסידים געשטורעמט איבער די אויטאָס און פֿאַרטיידיקונג־פּאָזיציעס פֿון די אַרטיסטן, אַרײַנגעהאַקט אין קעפּ און אָרעמס, זיי צעטראָטן און צעקוועטשט מיט די שווערע שוואַרצע שטיוול. דער געלער מיטן גרויסן האַק האָט געשניטן אין צוויי עטלעכע שׂונאים מיט אַ מאָל, באַשפּריצט די ווענט און די שטיינערנע זײַלן מיט בלוט.
די אַרטיסטן זײַנען אָבער געווען מער, זיי זײַנען געקומען פֿון אומעטום, געשאָסן פֿון די פֿענצטערס, אַראָפּגעשפּרונגען פֿון די פֿײַער־לייטערס. אין זייער אָנגעשיכּורטן און נאַרקאָטיזירטן מצבֿ האָבן די פֿאַרוווּנדיקטע גאָר ניט געפֿילט, אַז עס פֿעלט זיי אַ האַנט אָדער אַ פֿוס, און זיי האָבן ווײַטער געקעמפֿט. דערצו האָבן די אַרטיסטן געהאַט אַ ספּעציעלן וואָפֿן קעגן חסידים. מיט אַ ווילדער בילערײַ זײַנען פֿון די הינטערגעסלעך אַרויסגעלאָפֿן גרויסע בייזע הינט, וואָס די לאַנגע רײַסציין זייערע האָבן געטריפֿט מיט סלינע און אָט באַלד — מיט בלוט. די הינט האָבן צעריסן די קאַפּאָטעס, זיך אײַנגעביסן אין די פֿיס און אין האַלדז.
די חסידישע רייען האָבן גענומען זיך וואַקלען. “שמע ישׂראל” האָבן אויסגערופֿן די פֿאַרוווּנדיקטע, וואָס זײַנען אַראָפּגעפֿאַלן אונטער דער שווערער, הינטישער משׂא. דעמאָלט האָבן די אַרטיסטן אַרײַנגעשטאָכן מיט מעסערס און צעבראָכן גלאָז. אַפֿילו דער געלער און דער שוואַרצער, שטייענדיק מיטן רוקן איינער צום צווייטן, האָבן געקעמפֿט מיט די לעצטע כּוחות. דאָס שעכטמעסער איז געווען צעבויגן און אײַנגעקנייטשט, די אָרעמס זײַנען געוואָרן צו מיד אויפֿצוהייבן דעם גרויסן האַק. דער קאַלטער ווינט האָט געקילט זייערע נאַקנס און דעם שווייס, וואָס איז גערונען און זיך אויסגעמישט מיט זייער בלוט.
כּמעט אַרומגערינגלט, האָבן די חסידים זיך דאָך ניט אונטערגעגעבן. פֿון די דעכער אויבן האָט זיך געהערט ווי די ייִנגלעך זינגען אַ האַרציקן ניגון — דעם אַלטן רבינס ניגון, וואָס די חסידים זינגען יעדע וואָך בײַם טיש. וויפֿל פֿײַער און נשמה ס׳איז געלעגן אין דעם ניגון, האָבן די קעמפֿערס אויך אָנגעהויבן זינגען. די אַרטיסטן האָבן ניט געוווּסט וואָס טוט זיך, דאָס זינגען איז געוואָרן העכער, ביז עס האָט זיך פֿאַרמאָסטן מיט דער ראַק־מוזיק, וואָס האָט נאָך אַלץ געדונערט פֿון די פֿענצטערס. דאָס פֿײַער איז די חסידים אַרײַן אין די אָדערן, די מוסקלען האָבן זיך געצויגן און געשטרעקט אונטער די צעריסענע קאַפּאָטעס. מיט די נאַקעטע הענט האָבן זיי געשלאָגן די הינט קעגן די ווענט, צעקוועטשט די קעפּ פֿון די שׂונאים און זיי דורכגעשפּיזט אויף זייערע אייגענע מעסערס. דאָס זינגען האָט די אַרטיסטן אַזוי דערשראָקן, אַז עטלעכע האָבן אַראָפּגעלאָזט די וואָפֿנס און זײַנען אַנטלאָפֿן. יעדער וואָס איז אַוועק האָט אײַנגעגעבן די חסידים מער כּוח און זיי האָבן צעהאַקט און צעקלאַפּט מיט גרויס התלהבֿות. ניט לאַנג און די גאַנצע גאַס איז געווען ליידיק פֿון אַרטיסטן, אַחוץ מתים און אַזעלכע וואָס האָבן זיך ניט געקענט רירן פֿון אָרט. די חסידים האָבן געוווּנען.
***
יענעם אָוונט איז אַ גרויסער עולם געקומען דאַוונען מעריבֿ אינעם אַלטן רבינס קלויז אויף ראַדני־סטריט. מע האָט געוואַרט צו הערן פֿון רבין עפּעס וועגן דעם הײַנטיקן נצחון, וואָס האָט דערפֿרייט די פֿרומע קרײַזן איבער גאַנץ ניו־יאָרק. אָבער דער רבי איז ניט אַרויס פֿון שטוב און האָט געדאַוונט ביחידות. מע האָט געזאָגט, אַז ער האָט גרויס עגמת־נפֿש איבער די ייִדישע קינדער, וואָס זײַנען נעבעך פֿאַרוווּנדיקט און געהרגעט געוואָרן פֿון די רוצחים די אַרטיסטן. “די שלאַכט האָט מען געוווּנען”, האָט ער געזאָגט, “אָבער די מלחמה האָט זיך בלויז אָנגעהויבן”.