יוגנטרוף אױפֿן ראַדיאָ

נאָך אַ זומער איז אַריבער און דאָס הײסט אַז מיר יוגנטרופֿניקעס האָבן געמאַכט נאָך אַ ייִדיש-װאָך. דאָס יאָר איז זי פֿאָרגעקומען אין מערילאַנד. אַ דאַנק די באַטײליקונג פֿון חנה ראָזענפֿעלד פֿונעם ראַדיאָ פּראָגראַם “נײַע כװאַליעס” װאָס טראַנסמיטירט אױף דער סטאַנציע פֿונעם מעלוכישן ראַדיאָ אַגענטור אין פּױלן, האָט מען געמאַכט פֿיר פֿאַרשידענע ראַדיאָ-פּראָגראַמען װעגן דער הײַיאָריקער ייִדיש װאָך אין װאָס מ’האָט אינטערװיויִרט די אָנטײלנעמערס.
הערט זיך צו און האָט הנאה.

אַן אינטערװיו מיט דזשאָרדין קוציק װעגן זיך און װעגן דער ייִדיש-װאָך

 מ’אינטערװיויִרט יאַנקל־פּרץ בלום ,דזשאָרדין קוציק, יהודית וואַלעצקי ,גדליה איידלמאַן, שבע צוקער, איִוו יאָכנאָוויץ, יעלענאַ שמולענסאָן, אָרן ריקמאַן. 

אינטערװיוען מיט אַ טײל פֿון די עלטערן אין אונדזער קרײַז װאָס האָדעװען זײערע קינדער אױף ייִדיש.

מאָטל גאָרדאָן רעדט װעגן זײַן אַרבעט און זײַנע אײַנדרוקן פֿון דער ייִדיש װאָך. ער און חנה ראָזענפֿעלד האָבן הײַיאָר באַקומען די פֿראָסט פֿאָנד סטיפּענדיע פֿאַר ייִדיש-רעדנדיקע יונגע לײַט און קולטור-טוערס פֿון מיזרח אײראָפּע.