אַ קאָשמאַר
איין טאָג האָט לייזער זיך אויפֿגעכאַפּט און זיך עפּעס ניט געפֿילט ווי תּמיד. אָנגעהויבן, ווי יעדן אינדערפֿרי, זאָגן “מודה אַני”, איז אים די תּפֿילה ערגעץ פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, איידער ער האָט זי געקענט אַרויסזאָגן. זײַן האַנט האָט געטאַפּט לעבן דעם בעט פֿאַרן נעגלוואַסער, כּדי זיך צו וואַשן, אָבער געפֿונען האָט זי בלויז אַ ווייכן טעפּעך און גלאַטיקע פֿרויענשיך מיט הויכע אָפּצאַסן. צעמישט, מיט אַ ווייטיק אין קאָפּ, איז ער אַרויס פֿון בעט, געפּלאָנטערט מיט די פֿיס, ביז ער איז געקומען צו דער טיר, און אַראָפּגעגאַנגען די טרעפּ, וואָס ער האָט אַפֿילו ניט געדענקט, אַז עס זײַנען דאָ טרעפּ אין זײַן קליינער דירה. פֿון אונטן, פֿון קיך, האָט זיך געטראָגן דער דערקוויקנדיקער ריח פֿון שטאַרקער קאַווע און פֿון אייער געפּרעגלט מיט פֿלייש.
“גוט מאָרגן, טײַערינקער!” האָט ער דערהערט פֿון הינטער אַ גרויסן רונדן טיש, פֿאַרשטעלט מיט אַ וואַזע בלומען און אַ רײַכן סערוויז. גערעדט האָט צו אים אַ שלאַנקע, בלאָנדע פֿרוי, וואָס האָט אים אַנטקעגנגעשמייכלט און געהאַלטן אין אָנגיסן צוויי גלעזער מאַראַנצן־זאַפֿט. “די קינדער זײַנען שוין אַוועק, איך האָב דיך ניט געוואָלט אויפֿוועקן”. מער ווי איר בלאָנדקייט און שיינקייט האָבן אים פֿאַרחידושט די גיכקייט און גראַציע, מיט וועלכע זי האָט זיך באַוועגט צווישן די טעלערס און געשיר, און דאָס שיינע ענגליש, וואָס זי האָט גערעדט. ער פֿלעגט אַזאַ ענגליש הערן נאָר פֿון די פֿרײַנדלעכע רעקאָרדירטע שטימען אין דער אונטערבאַן, אַרײַנפֿאָרנדיק אין מאַנהעטן. “כ׳האָב צוגעגרייט אַ פּרעזשעניצע מיט בייקאָן, פּונקט ווי דו האָסט עס ליב”, האָט זי גענומען צוויי טעלערס אין האַנט, “אָבער קודם, טרינק אויס די קאַווע, איידער זי ווערט קאַלט”.
לייזער האָט זיך אַוועקגעזעצט צום טיש און באַטראַכט מיט גרויסע אויגן דעם רײַך־מעבלירטן צימער. דורכן פֿענצטער האָט ער דערזען אַ שיינע, גרינע לאַנדשאַפֿט, וואָס האָט זייער ווייניק דערמאָנט אין וויליאַמסבורג. אויפֿן טיש איז געשטאַנען אַ שיינע קרישטאָל־וואַזע מיט כּל־מיני מטעמים און קאָלירטע מאַרציפּאַנעס, וואָס האָבן זיך ממש געבעטן, מע זאָל פֿון זיי כאָטש פֿאַרזוכן, אָבער זײַן ייִדיש געוויסן האָט אים אונטערגעזאָגט, אַז דאָס איז אַלץ טריף און אָסור. לייזער האָט זיך געקווענקלט: דאָ געגעבן אַ שמעק, דאָרט אַרײַנגעשטאָכן אַ גאָפּל צו זען וואָס ס׳איז אינעווייניק.
“איז דיר עפּעס ניט גוט, אַלעק, טײַערער?” — האָט די בלאָנדינקע אים אָנגערופֿן אויף זײַן גוייִשן נאָמען. — “געוויינטלעך עסטו אויף מײַנע פּרעזשעניצעס איינס און צוויי”.
באַמיִענדיק זיך אויסצובאַהאַלטן זײַן ברוקלינער אַקצענט, האָט לייזער געמורמלט: “איך בין ניט אַזוי הונגעריק. איך…” — אָבער וואָס נאָך צו זאָגן איז אים ניט אײַנגעפֿאַלן. ער האָט געקוקט אויף איר, געקוקט אויף דער פּרעזשעניצע, און פֿאָרזיכטיק גענומען שנײַדן, ווי אַ פּראַקטיקאַנט הייבט אָן זײַן ערשטע אָפּעראַציע אין לעבן. אין די אויערן, אַזוי ווי פֿון דער ווײַטנס, האָט ער געהערט די קולות פֿון דורות ייִדן, וואָס זײַנען געגאַנגען אויף קידוש־השם: “שמע ישׂראל השם אלוקינו…” אין קאָפּ האָט זיך אַלץ גענומען דרייען, ס׳איז אים געוואָרן שוואַרץ פֿאַר די אויגן, דאָס מעסער איז אַרויס פֿון זײַנע פֿינגער און געפֿאַלן אויף דער הילצערנער פּאָדלאָגע מיט אַ קלאַנג.
דער קלאַנג האָט לייזערן אויפֿגעוועקט אין בעט; ער האָט געהערט ווי דאָס בלוט קלאַפּט אים אין זײַנע אויערן. די אויגן האָבן גאָרנישט ניט געזען. “וווּ בין איך? וואָס טו איך?” — האָבן געבליצט זײַנע געדאַנקען. “וווּ איז די שיקסע?” אָבער דער חושך האָט זיך אָפּגעלאָזט און דאָס ביסל ליכט פֿונעם פֿענצטערל האָט אַנטפּלעקט קעגנאיבער דער ספֿרים־שאַנק. דער שום פֿונעם אַלטן לופֿטקילער און דאָס געזונטע כראָפּען פֿון זײַן ווײַב אינעם צווייטן בעט האָבן אים באַרויִקט — אַלץ איז אויפֿן אָרט, ברוך־השם. ער האָט אַ דריי געטאָן די לינקע פּאה, זיך פֿאַרטראַכט און באַשלאָסן, אַז ער דאַרף אַראָפּקריכן פֿון בעט און אויסטרינקען אַ גלאָז וואַסער. דערבײַ האָט ער זיך געהיט ניט אָנצוטרעטן אויף די שפּילעכלעך, ניט מאַכן קיין רעש, כּדי ניט אויפֿצוּוועקן די קינדערלעך, וואָס שלאָפֿן ניט אַזוי שטאַרק ווי זײַן פּלוניתטע, אַ לעבן אויף זייער קאָפּ. שוין מיט דעם גלאָז וואַסער אין האַנט איז לייזערן אײַנגעפֿאַלן, אַז ס’וואָלט אויך ניט געווען שלעכט צו פֿאַרבײַסן מיט עפּעס — נאָר דער פֿרידזשידער איז געווען אָנגעפֿילט מיט שבתדיקע מאכלים, וואָס ער האָט ניט געטאָרט אָנרירן. סײַדן אַן אָנגעביסענעם עפּל, וואָס איז דאָרטן געלעגן שוין עטלעכע טעג. ער האָט געזאָגט די ברכה און זיך צוגערירט צום פֿרוכט — נעבעך פֿאַרפֿוילט.
אַן אומצופֿרידענער און אַ הונגעריקער האָט לייזער צוריק געשלעפּט זיך צו זײַן בעט, שטיל ניט אַרויסלאָזנדיק קיין פּיפּס. און דאָך, אַז ס׳איז באַשערט, קאָן מען עס נישט אויסמײַדן. ער האָט פֿאַרטשעפּעט מיט אַ פֿוס אינעם פּליושענעם ספֿר־תּורהעלע, וואָס די קינדער שפּילן זיך דערמיט. לייזער איז, נעבעך, געפֿאַלן און זיך אַ קלאַפּ געטאָן מיטן קאָפּ אינעם זשומענדיקן לופֿטקילער. זײַן פֿאַלן האָט אויפֿגעוועקט די גאַנצע שטוב — געוואַלד, וואָס איז געשען? אָבער לייזער האָט עס שוין ניט געהערט.
ער איז געקומען צו זיך פֿון אַ ווייכן צוריר מיט אַ האַנט צו זײַן שטערן. צו עפֿענען די אויגן איז אים געווען שווער, ניט צוליב עפּעס אַ ווייטיק — דאָס ליכט האָט אים בלינד געמאַכט. קוים אויפֿגעקלעפּט די וויִעס האָט ער דערזען, ווי אַ פֿרעמד ייִנגעלע שטייט פֿאַר אים און קוקט אים אַרײַן אין פּנים מיט גרויס נײַגער. אַ פֿרעמד ייִנגל, מיט לאַנגע בלאָנדע האָר, אָן פּאות, אָן אַ קאַפּל. אָבער דאָס ייִנגל האָט גלײַך געגעבן אַ שמייכל צו לייזערן און געפֿרעגט: “מאַמי, איז דאָס מײַן דעדי?”
גיין אין חדר
יעדן זונטיק, אַרום 10:30 אין דער פֿרי, בשעתן לייענען אין מײַן דירהלע בײַם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, הער איך פֿון דרויסן די שפּיל פֿון די קלויסטערגלאָקן, וואָס דערמאָנען די פֿרומע קריסטן, אַז ס׳איז צײַט אָנצוהייבן זייער גאָטסדינסט. אַריבער דער גאַס פֿון אונדזער ייִדישן סעמינאַר שטייט דער פֿיל גרעסערער סעמינאַר פֿון די פּראָטעסטאַנטישע קריסטן, פּרעכטיק געבויט אין דעם גאָטישן סטיל, און איין בלאָק ווײַטער — דער ריזיקער טורעם פֿון דער ריווערסײַד־קירך. די אַרומיקע געגנט איז מיר גוט באַקאַנט, ווײַל קינדווײַז האָב איך געוווינט ניט ווײַט, און אין דער דאָזיקער קירך בין איך אַליין געגאַנגען אין אַ מין קינדער-גאָרטן, איידער מע הייבט ערנסט אָן מיט די לימודים אינעם ערשטן קלאַס.
די ריווערסײַד־קירך שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ליבעראַלן, אַרומנעמיקן מין קריסטלעכקייט, אַזוי טאָלעראַנט און אָפֿן, אַז פֿון מײַנע חדר־יאָרן געדענק איך ניט קיין שום קריסטלעכע סימבאָלן אָדער אידעעס. קריסטלעך איז געווען בלויז די אַרכיטעקטור. אָבער אפֿשר האָב איך אַ טעות, ווײַל פֿון יענער תּקופֿה פֿון מײַן לעבן געדענק איך בלויז פֿראַגמענטן. איך געדענק איין לערער מיט אַ באָרד וואָס האָט זשאָנגלירט. מיטאָג האָט מען אָפֿט געגעסן מאַקאַראָנען מיט קעז, צעטיילט דאָס מאכל מיט אַ גרויסן שעפּלעפֿל. נאָך מיטאָג איז געווען אַן “אָפּרוצײַט”, ווען אַלע קינדער האָבן געדאַרפֿט זיך לייגן שלאָפֿן אויף באַנקבעטלעך — און איך האָב ניט געוואָלט. אַנשטאָט שלאָפֿן פֿלעג איך אַרומלויפֿן אין די פֿינצטערע צימערן און שטיפֿן צוזאַמען מיט מײַן בעסטן חבֿר, וואָס האָט געהייסן דעניעל (דניאל). איך געדענק נאָך איינעם אַ תּלמיד מיט געקרײַזלטע האָר — דאַכט זיך, אַז ער האָט געהייסן פֿעליפּע — וואָס דעניעל און איך פֿלעגן אים דערגיין די יאָרן — פּײַניקן אויף אונדזער חדר־ייִנגלשן שטייגער. איין מאָל איז געווען עפּעס אַן אינצידענט אינעם וואַשצימער, ווען עמעצער האָט איבערגעצויגן איבערן טואַלעט־וואַסער אַ שטיק צעלאָפֿאַן — צום גליק, געדענק איך ניט דעם פּועל־יוצא דערפֿון. ס׳איז דאָרט געווען אַ שפּילפּלאַץ און צײַטן, ווען מען האָט געמעגט זיך שפּילן. איך געדענק נאָך אַ חבֿר, מיט רויטע געקרײַזלטע האָר — גרעגאָרי האָט ער געהייסן. איך בין געווען אויף זײַן געבוירן־טאָג־שׂימחה און געדענק זייער גוט די ליאַלקעלעך, מיט וועלכע מיר האָבן זיך געשפּילט, פֿיגורן פֿונעם פֿילם “שטערן־מלחמות”.
אין אונדזער בנין האָט געוווינט אַ משפּחה קובאַנער, דאַכט זיך צוויי שוועסטער מיט אַן אַלטער מאַמען, וואָס זיי האָבן מיר יעדעס יאָר געגעבן אַ שיינע מתּנה לכּבֿוד ניטל. ס׳איז אויך געווען אַ שכנה, אַן אַלטע יעקעטע, וואָס האָט געהייסן מיסעס וואַלעס, נאָכן מאַן, מיט וועמען זי האָט חתונה געהאַט אין ענגלאַנד, נאָך דעם ווי זי איז אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד. זי האָט גערעדט ענגליש זייער מאָדנע, ווי עס האָט זיך מיר געדאַכט, און מיך אָפֿט פֿאַרבעטן צו זיך צו עסן וווּרשטלעך מיט קאַרטאָפֿל. זי פֿלעגט מיך אויך נעמען אין קינאָ, כּדי אַליין צו זען די אַלע פֿילמען פֿאַר קינדער און אַנימאַציעס, וואָס זי וואָלט אַנדערש קיין מאָל ניט געזען. כאָטש מיסעס וואַלעס איז געווען אַ ייִדישע, האָט זי יעדעס יאָר אָרגאַניזירט אַ ניטל־שׂימחה בײַ זיך אין דער היים, אויף וועלכער עס פֿלעגן קומען אַ סך פֿרעמדע מענטשן. עס פֿלעגן שטענדיק קומען צוויי עלטערע מענער, וואָס נאָר מיט אַ סך יאָרן שפּעטער האָב איך זיך געכאַפּט, אַז זיי זײַנען אַ פּאָרפֿאָלק. עס איז געקומען אַן אַלטער שוואַרצער דאָקטער, וואָס האָט אַ מאָל געראַטעוועט דאָס לעבן פֿון מאַרטין־לוטער קינג, נאָך דעם ווי עמעצער האָט אין אים געשאָסן אין ניו־יאָרק, מיט 5—6 יאָר פֿאַרן צווייטן אַטענטאַט אין מעמפֿיס — צום טויט.
פֿאַרן בנין איז געשטאַנען אַ פּאָליציי־בודקע, וואָס איז שוין אַ סך יאָר ניטאָ. דאָרט פֿלעגט זיצן אַ פּאָליציאַנט און אויפֿפּאַסן אויף די קינדער, וואָס שפּילן זיך אויפֿן טראָטואַר לעבן דער גאַס, ווײַל די שטאָט איז דעמאָלט ניט געווען אַזוי זיכער ווי הײַנט. הינטן אויף דער וואַנט אין דער בודקע איז געהאָנגען אַ שילד געדרוקט מיט גרויסע אותיות: מע טאָר ניט אַזוי און אַזוי… איך געדענק, אַז דער שילד איז געווען איינע פֿון די ערשטע זאַכן, וואָס איך האָב איבערגעלייענט און פֿלעג עס לייענען נאָך אַ מאָל און איבער אַ מאָל, כּדי אַרויסצוּווײַזן מײַן לומדות. די קינדער וואָס האָבן זיך געשפּילט מיט מיר דאָרטן אויפֿן טראָטואַר, זײַנען, דאַכט זיך, געווען מערסטנס שפּאַנישע.
ניט ווי הײַנט, ווען איך האָב קינדווײַז געוווינט אויף דער “אַפּער וועסט סײַד”, האָב איך ווייניק ייִדן געקענט, אָדער בעסער געזאָגט: קיין אונטערשייד צווישן ייִד און גוי האָט פֿאַר מיר ניט עקסיסטירט. אַלע מענטשן פֿון אַלע קאָלירן און אַלע שפּראַכן האָבן זיך צונויפֿגערעדט און זיך געחבֿרט, פֿון רעליגיע שוין אָפּגערעדט — איך האָב ניט געוווּסט, וואָס דאָס איז אַזוינס רעליגיע, ניט געקוקט אויפֿן אָרט, וווּ איך בין געגאַנגען אין חדר. וואָס עלטער איך ווער, אַלץ מער דאַכט זיך מיר, אַז אַזאַ קוק אויף דער וועלט איז טאַקע דער ריכטיקער. מענטשן זײַנען מענטשן און ס׳רובֿ אונטערשיידן, וואָס מע מאַכט, זײַנען פֿאַלשע, געקינצלטע, שעדלעכע. ווען עס קלינגען די קלויסטערגלאָקן זונטיק אין דער פֿרי, רײַס איך ניט איבער צו לייענען ווײַטער דעם ייִדישן ראָמאַן, אָבער אינעם קלינגען הער איך די אַמאָליקע האַרמאָניע פֿון די קינדער־יאָרן, און איך טו אַ שמייכל.
בייסבאָל
דאָס ערשטע מאָל וואָס איך האָב געזען דעם טאַטן, בין איך געווען זעקס יאָר אַלט. ער איז געקומען צו גאַסט קיין ניו־יאָרק. מיר האָבן דעמאָלט געוווינט אין דער דירה אויף דער 116טער גאַס און ריווערסײַד־דרײַוו. צופֿעליק האָט ער אַליין, מיט אַ צוואַנציק יאָר פֿריִער, געהאַט געוווינט אין אַ צווייטער דירה אַריבער דער גאַס פֿון דעם בנין, אַזוי אַז די געגנט איז אים געווען באַקאַנט, אָבער איך אַליין — פֿרעמד. פֿון מײַן זײַט, האָט דער טאַטע בײַ דעם וויזיט שוין ניט געהאַט די לאַנגע באָרד, וואָס איך האָב געקענט פֿון די אַלטע בילדער, ווען טאַטע־מאַמע זײַנען געווען אַ פּאָר, בלויז וואָנצעס, וועלכע זײַנען דערצו שוין געוואָרן ווײַס.
לאַנג איז ער ניט געבליבן בײַ אונדז, אָבער איך געדענק, אַז אויף אַן אויטאָבוס האָט ער מיר געגעבן אַ פֿיגורקעלע אַזאַ, אַ “טראַנספֿאָרמער”, וואָס איך האָב געקענט פֿון דער טעלעוויזיע־אַנימאַציע. בײַ שפּעטערע וויזיטן האָב איך באַקומען נאָך מענערישע מתּנות אַזעלכע — למשל, אַ “מיט”, אַ מין הענטשקע וואָס עס טראָגט דער בייסבאָל־”כאַפּער”. איך און ער האָבן זיך געשפּילט אין “כאַפּן” אויפֿן קאַמפּוס פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט — מסתּמא בלויז עטלעכע מינוט. איין מאָל זײַנען מיר צוזאַמען געגאַנגען זען אַן אמתע בייסבאָל־שפּיל, און ער האָט מיר דערקלערט די כּללים, פֿאַר וואָס די שפּילערס לויפֿן אַהין און צוריק, צווישן די לאַנגע הפֿסקות.
אַ געוויסע צײַט האָב איך זיך באַמיט צו אינטערעסירן מיט בייסבאָל, וואָס איז פֿון תּמיד אָן געווען איינע פֿונעם טאַטנס גרויסע לײַדנשאַפֿטן. איך האָב געזאַמלט די קאַרטלעך פֿון די פֿאַרשיידענע שפּילערס און געוווּסט די סטאַטיסטיק, ווער עס קען בעסער וואַרפֿן און כאַפּן און טרעפֿן דעם באַל. עס האָט גענומען אַ פּאָר יאָר, ביז איך געקומען צום געדאַנק, אַז בייסבאָל איז נאַריש, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אַ סך מענער און ייִנגלעך ווערן דערפֿון פֿאַרכאַפּט.
מיט יאָרן שפּעטער האָט דער זיידע מיר אַ מאָל געזאָגט, אַז ער האָט געקוקט ספּאָרט מיט זײַנע קינדער, ניט ווײַל ער אַליין האָט ספּאָרט אַזוי ליב געהאַט, נאָר ווײַל ער האָט געוואָלט, אַז זיי זאָלן עס ליב באַקומען. אַזוי וועלן זיי האָבן עפּעס בשותּפֿותדיקס, עפּעס וועגן וואָס צו שמועסן צווישן זיך און מיט אַנדערע מענטשן. אָבער זײַן זאַכלעכע אומערלעכע לאָגיק איז מיר ניט געפֿעלן; זי האָט געשמעקט מיט צבֿיעות.
צום סוף, בין איך פֿאַרבליבן מיט דער מאַמעס אינטערעסן: טעאַטער, קינאָ, ליטעראַטור. דעם טאַטנס שטעמפּל אויף מיר איז גיך־גיך אָפּגעווישט געוואָרן, אַרײַנגערעכנט בייסבאָל.