שוועסטערקינדער גייען — צוויי פֿראַגעס פֿאַרן גראַמאַטיק־מײַסטער

טײַערער גראַמאַטיק־מײַסטער,
פֿאַר וואָס זאָגט מען אויף ייִדיש נאָר “שוועסטערקינד”? און נישט, למשל, “ברודערקינדער” אדער איך ווייס וואָס?
און נאָך אַ זאַך: אינפֿיניטיוו פֿון גיין (מיר גייען)- פֿאַר וואָס קומט דער אינפיניטיוו אָן אַן ע, ווייל מען זאָגט יאָ- רוען אדער שרייען.
אַ דאַנק
ר׳ ייִד,
מע זאָגט יאָ ־ גיב אַ קוק אין סטוטשקאָווס “אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך” בײַם סוף פֿון זײַט 174:

פּלימעניק, פּלימעניצע, שװעסטערן־קינד, ברודערן־קינד, סװעסטערן־זון, ברודערן־זון; ברודערן־טאָכטער, שװעסטערן־טאָכטער

עס קען זײַן, אַז מע זאָגט “שוועסטערקינד” ווי דאָס אַלגעמיינע וואָרט, ווײַל ס׳איז געווען אַ ספּעציעלע באַציִונג מיט די קינדער פֿון דער שוועסטער. בײַ פֿרומע ייִדן, אַפֿילו הײַנט, קלײַבט זיך דער חתן צו וווינען אין דער שטאָט פֿון דער כּלה. דאָס הייסט, דאָרט וועט ער האָבן צו טאָן מיט די קינדער פֿון אירע שוועסטער. די כּלה, ווידער, וועט די קינדער פֿון זײַנע שוועסטער ניט זען פֿאַר די אויגן.
אַגבֿ, אַמעריקאַנער חסידים זאָגן “קאָזין”,  “שוועסטערקינד” איז פֿאַרשפּרייט נאָר אין ישׂראל, דאַכט זיך.

דאָס מיטן אינפֿיניטיוו “גיין” קען זײַן זייער אַן אַלטער פֿענאָמען. אין מיטל־הויכדײַטש, למשל, שרײַבט מען gen אָדער gan ס׳איז אַן אַלטע פֿאָרעם וואָס האָט זיך אָפּגעהיט ווײַל מע ניצט זי אַזוי אָפֿט.
מיט “זען” איז די זעלבע מישׂה, דאַכט זיך.
אינטערעסאַנט אויך, ווײַל אין מאָדערן דײַטש זאָגן זיי geh-en, seh-en מיט צוויי טראַפֿן, דאָס הייסט, ייִדן האָבן די אַלטע פֿאָרעם, דײַטשן ־ די נײַע