דעם קעניגס האַרץ

פֿרעגט אסתּר װ. מכּוח שעקספּירס אַ שורה׃

אײנע אַן אױסגאַבע פֿון ‘דער קעניג ליר’ אױף ייִדיש הײבט זיך אָן בזה־הלשון׃

“איך האָב געמײנט, אַז דעם קעניגס האַרץ איז מער גענײגט צום הערצאָג פֿון אַלבאַני, װי צו קאָרנװאַלן.”

װאָלט עס נישט געדאַרפֿט שטײן “דער קעניגס האַרץ”, צי “די”, אַנשטאָט “דעם”? (איך װײס נישט װאָס ס׳איז דער מין פֿונעם װאָרט “האַרץ”, נאָר ס׳איז דער סוביעקט אָדער נאָמינאַטיװ אינעם דאָזיקן זאַץ, און “דעם”, אױב איך האָב נישט קײן טעות, איז אַקוזאַטיװ אָדער דאַטיװ.)

מײַן ליבע אסתּר,

נישט מיר האָבן דאָ צו טאָן מיטן נאָמינאַטיװ און נישט מיטן אַקוזאַטיװ, נאָר גאָר מיטן פּאָסעסיװ. דעם פּאָסעסיװ (אָדער געניטיװ) באַנוצט מען אין אַ פֿאַל װען מע װיל װײַזן װעמען עפּעס געהערט. דאָ למשל געהערט דאָס האַרץ דעם קעניג. אַ פּאָר בײַשפּילן׃

  • דעם קעניגס האַרץ (קעניג — מאַסקולין)
  • דער קעניגינס האַרץ (קעניגין — פֿעמינין)
  • דעם קינדס האַרץ (קינד — נײטראַל)

װי איר זעט, איז דאָ כּלל נישט שײך דער מין פֿונעם װאָרט “האַרץ” (נײטראַל, אַגבֿ). װיכטיק איז אָבער יאָ דער מין פֿונעם פֿאַרמאָגער פֿונעם האַרץ. דעם פּאָסעסיװ פֿאָרמירט מען מיט אַ סופֿיקס באַהאָפֿטן צום פֿאַרמאָגער, און מע ניצט דעם זעלביקן ארטיקל װי אינעם דאַטיװ (געװענדט, װידער, אינעם מין פֿונעם פֿאַרמאָגער). דאָס זעלביקע קען מען אױסדריקן מער “אַנאַליטיש” אױך׃

  • דאָס האַרץ פֿון דעם קעניג
  • דאָס האַרץ פֿון דער קעניגין
  • דאָס האַרץ פֿון דעם קינד

אָט זעט איר װי די אַרטיקלען זענען די אײגענע װאָס אינעם פּאָסעסיװ.

היט זיך׃ דעם פּאָסעסיװ ניצט מען נאָר װען דער “פֿאַרמאָגער” איז אַ באַלעבטע באַשעפֿעניש. אַזױ אַז מע זאָגט נישט דעם פּלאַנס חסרונות, נאָר די חסרונות פֿונעם פּלאַן.
און אַצינד, אסתּר, קענט איר װײַטער לײענען דאָס גרױסע װערק פֿונעם ענגלישן גאון מיט אַ רויִקן קאָפּ.

מקורים׃

  • יודל־מאַרק, ”גראַמאַטיק פֿון דער ייִדישער כּלל־שפּראַך“, זז׳ 178-9
  • אוריאל װײַנרײַך, ”קאַלעדזש ייִדיש“