***
איך רעד, און פֿון רעדן
װאַקסט אַ װײַטקײט.
אַ צעשײדונג
פֿון צװײ אַ מאָל
איבערגעפֿלאָכטענע שטימען
נעמט אָפּ אײן װאָרט
נאָך אַן אַנדערן.
און איך שװײַג,
איך שװײַג מיטן מױל
אָנגעשפּאַרט אין דײַן אױער
און איך זע, װי דײַטלעך אין אונדז
גרױען די מײַלשטײנער.
אין פּאַראַדזשאַנאָװס הױז
שלעפּ מיך אַרײַן
אין דער װעלט פֿון פֿאַרגלאָצטע קולות
און אײביק פֿאַרחידושטע פּנימער,
מאָל מיך אױף אַ לײטער
אַ הױדעװדיקן
צװישן די בלױע זײַדענע בערג
און װען דער אַלטער צעריסענער פֿאָרהאַנג
איבער די װאָלקנס
װעט זיך אױפֿהײבן,
לאָז מיך אַרױס
מיט די ערשטע גלעזערנע טראָפּנס רעגן
װעלכע װעלן דערפֿון געבױרן װערן
***
דער גרױסער טאָג
האָט פֿאַרקרימט דאָס מױל,
פֿאַרקנײטשט דעם שטערן
און איז שטײן געבליבן
פֿאַר אַ קופּע געלע־
רױטע בײמער,
אָנגעזאַמלטע דורך עמעצן נעבן דעם האָריזאָנט.
אין משך פֿון זײַנע לעצטע שעהען —
נאָך עטלעכע װײכע שריט —
װעט ער זיך פֿאַרװאַנדלען
אין אַ זעמדל
אױף אַ זײַט װעג
און װעט שנעל אַנטשלאָפֿן װערן