ס’קומט אײַך אַ מזל–טובֿ, פּאַני שלום–עליכם — כ’האָב נאָר וואָס געלייענט אין די גאַזעטן, אַז איר זענט, מיטן אייבערשטנס הילף, אַריבער דעם גרויסן טײַך, אָנגעקומען בשלום און געזונט אויף אַלע אבֿרים, הלוואַי אויף מיר און אויף כּל–ישׂראל געזאָגט געוואָרן, אין דער גאָלדענער מדינה. גאָט זאָל אײַך באַשיצן, אַז די ייִדן אין אַמעריטשקע זאָלן אײַך טראָגן אויף די הענט, אַזוי ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ ייִדן אַ שרײַבער מיט אײַער געשוואָלענעם ייִחוס, איר זאָלט האָבן געזונט און פּרנסה מיט אײַער ווײַב און קינדער, מיט נחת און מיט פֿריידן, אָמן סלה!
עיקר שכחתּי — מיך האָט איר שוין פֿאַרגעסן, אַזוי גרויס זענט איר געוואָרן? אײַער טבֿיה מוטשעט זיך ווײַטער אויף יענער זײַט ים, אַז דער דלות קלעפּט זיך אָן קען מען אים נישט אַזוי באַלד פּטור ווערן — נישט דערפֿאַר ווײַל מײַנע פּלענער זענען דורכגעפֿאַלן, אַדרבא — גאָר פֿאַרקערט! מײַן חלום איז מקוים געוואָרן, אין אַ מזלדיקער שעה, מיט אַ באַן פֿון יעהופּעץ, אַ האַנדלשיף פֿון אַדעס, אַ ביסל לא–יחרץ–געלט פֿון סטאַמבול, ביז במקלי עבֿרתּי, מאַכט רש״י אויב נישט קיין קליאַטשע זאָל זײַן אַן אייזל, און מיט דעם בין איך געקראָכן קיין יפֿו, און סוף–כּל–סוף אָנגעקומען אינעם לאַנד פֿון אונדזערע אָבֿות. בקיצור, כ׳האָב זיך געדונגען אַ חדרל אין ירושלים עיר–הקודש, אויפֿן געסל וווּ עס שוויבלט און גריבלט מיט ייִדעלעך אײַנגעטונקען אין בערד מיט פּאות, אויף יעדן דעכל אַ בית–המדרש, אין יעדן קעלער אַ מקווה, אין יעדן ספּאָדיק אַ תּלמיד–חכם — פֿיל איך זיך אין דער היים ווי אַ קניידל אין פּוטער. נאָר וווּ ויהי דאָרט אַ צרה — ווער וועט קויפֿן מײַן ביסל מילכיקס, קעז און פּוטער, ווען די ירושלימער זון האָט נישט קיין פּוטערפֿאַס און ס׳בראָט, בריט און ברענט ווי בײַם זיידן אַבֿרהם אָבֿינו, און ס׳מאַכט מײַן גאַנץ ביסל שאָר–ירקות קאַליע? אַ מזל, וואָס גאָט איז אַ פֿאָטער און זײַנע ייִדישע קינדער גיבן צדקה מיט אַ ברייט האַרץ און אַ פֿולער האַנט, בין איך, הייסט עס, געוואָרן איינער פֿון די עשׂרת בטלני העיר, מישטיינס געזאָגט, אַ פֿרומער ייִד אויף דער עלטער. ווען איך האָב געשפּירט, אַז קצתּי בֿחיי — ס׳טײַטש אַז ס׳לעבן שטייט בײַם שפּיץ נאָז, האָב איך, כּאילו כּפֿאו שד, ווי אשתּי גאָלדע עליה–השלום וואָלט געקומען אין חלום זאָגן “טבֿיה, שוין צײַט צו זאָגן גאָט פֿון אַבֿרהם אויף דײַן אייזעלע”, הקיצור, האָב איך געפּטרט מײַן אייזל און איך האָב עס פֿאַרקויפֿט אין דער אַלטשטאָט, זיך געדונגען מיט אונדזערע ברידער די ישמעאלים, וואָס רעדן אַפֿילו נישט קיין גלע״ז, אָבער דינגען זיך קענען זיי אויף אַלע שיבֿעים לשונות, און באַקומען פֿאַר אים אַ נישקשהדיקע מטבע. רײַך ווי בראָדסקי בין איך נישט געוואָרן, נישט פֿונעם אייזל, און נישט פֿון דער חלוקה, אָבער שטאַרבן שטאַרב איך אויך נישט דרײַ מאָל אַ טאָג פֿון הונגער, אַזוי ווי אַ מאָל. דער עיקר, אַזוי ווי מײַן משפּחה וווינט זייער ווײַט, אין רוסלאַנד, און גאָלדע איז דאָך שוין אויף יענער וועלט, און ביילקען קענט איר אין ניו–יאָרק איבערגעבן אַ הייסן גרוס, האָב איך, ברוך–השם, נישט וועמען אויסצוהאַלטן אַחוץ טבֿיהן אַליין — איז אַראָפּ אַ שטיין פֿון האַרצן.
ווי זאָגט איר — נמשל כּבהמה — אין דער יוגנט אַ בהמה, אויף דער עלטער אַ פֿערד. איר ווייסט, אַז טבֿיה איז נישט קיין גרויסער למדן, אין אַ דאָרף ווערט מען פֿאַרגרעבט, און אַ גאַנץ לעבן האָב איך געדאַרפֿט האָרעווען בזעת–אַפּיך פֿאַר אַ שטיקל טרוקן ברויט, אַלץ כּדי צו פֿאַרזאָרגן ווײַב און קינדער — אַז מע שרײַבט דעם ווײַב אַ כּתובה, גיט מען אַ גט דער תּורה. אָבער איצט דאַרף איך דאַנקען און לויבן דעם וואָס זיצט אויבן, כ׳האָב צײַט צו גיין אין שטיבל, אַרײַנקוקן אין אַן אַלטן ספֿר, אַן עין–יעקבֿ, אַ חובֿות–הלבֿבֿות, הערן אַ שיעור אין פּרק, און אַפֿילו, ווען דער נשמה בענקט זיך נאָך אַ ייִדיש וואָרט, לייענען אַ שטיקל צײַטונג, וואָס עס זענען דאָ אין לאַנד עטלעכע צו באַקומען. אײַערע ביכעלעך מיט מעשׂהלעך קען מען דאָ נישט אַזוי גרינג געפֿינען, בײַ זיי הייסט עס ביטול–תּורה און ווײַבערישע פּלאַפּלערײַ, און בײַ יענע אַ ביסל ווײַטער דאַרף עס זײַן אויף עבֿרית, רק עבֿרית. כּדי צו געפֿינען אַ בוך אויף פּראָסט ייִדיש, דאַרף מען גיין איבער די הײַזער ווי אַ בעטלער, גריבלען אין אַלטע ספֿרים–געשעפֿטן, נישטערן צווישן שמאַטעס און בראָכוואַרג, אָדער אין דער אַלטשטאָט, וווּ בײַ עפּעס אַן אַראַבער אָדער אַ טערק קען מען אַ מאָל געפֿינען אַ באַהאַלטענעם אוצר — בדקו ומצאו זאָגט דער אונקלס, אַז מע זוכט קניידלעך טרעפֿט מען קרעפּלעך. לעצטנס האָב איך טאַקע דאָרטן געפֿונען אַ טשיקאַווע ביכל מיט מעשׂיות, אפֿשר קענט איר עס: “גאַנץ טבֿיה דער מילכיקער”.
אַ קלייניקייט! פֿאַר וואָס שרײַבט איר מיר נישט, אַז וועגן מיר גיט איר אַרויס אַ גאַנצע ביבליאָטעק? און נישט סתּם מעשׂהלעך, נאָר אַ פּראַכט–אויסגאַבע געדרוקט מיט גרויסע, גילדערנע אותיות, אַזוי אַז די ייִדן אין בית–מדרש זענען נתפּעל ונישתּומם געוואָרן און מיר מקנא געווען, ווען איך האָב זיי דאָס געוויזן. כ׳האָב געוווּסט, אַז איר שרײַבט עפּעס וועגן מיר — כ׳האָב טאַקע לאַנג געוואַרט צו הערן מער פּרטים, צו באַקומען אַ בריוועלע, אפֿשר אַפֿילו אַ פּאָר גראָשן — אָבער אַזוינס האָב איך זיך נישט פֿאָרגעשטעלט. ווײַזט זיך אַרויס, אַז יעדער יאָקל בן פֿלעקל קען מײַן נאָמען, די גאַנצע וועלט קלינגט מיט טבֿיהן! וואָס קען איך אײַך זאָגן, פּאַני שלום–עליכם, איך האָף, אַז דער עולם כאַפּט די ביכער ווי מצה–וואַסער, ווי שיריים בײַם רבין, און ברענגט אײַך אַרײַן אַ שטיקל פּרנסה, וואָס אפֿשר קענט איר דערבײַ לאָזן, אַז אײַער טבֿיה זאָל אויך אָפּלעקן אַ ביינדל, ווי אין פּסוק שטייט — שלי שלך ושלך שלי — אויב שלום–עליכם איז אײַנגעטונקען אין האָניק, זאָל עס כאָטש אַ ביסל איבעררינען צו טבֿיהן.
אָבער איין זאַך דאַרף איך אײַך זאָגן, בלויז כּמה דיבורים וועגן גאָרנישט, אַ זײַטיקע זאַך, אַ קוצו–של–יוד — דהײַנו אַז כאָטש נעם מיר אַראָפּ דעם קאָפּ, געדענק איך נישט, אַז איך זאָל אײַך דאָס אַלץ טאַקע האָבן דערציילט! איז טבֿיה טאַקע אַזאַ פּלוידערזאַק, וואָס די צונג אַרבעט בײַ אים ווי אַ גראַמאָפֿאָן? איך בין אײַך עפּעס חושד, פּאַני שלום–עליכם, אַז אַ היפּש ביסל וועגן מיר האָט איר אויסגעזויגן פֿון פֿינגער, נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן. נו, כ’האָב אויף אײַך קיין פֿאַראיבל נישט, אַ ייִד דאַרף האָבן פּרנסה, נישט געפֿערלעך, נאָר פֿונדעסטוועגן האָב איך צו אײַער שרײַבן געוויסע טענות, אָדער ווי די הײַנטוועלטישע רופֿן עס — קריטיק.
דערבײַ דאַרף אײַך זײַן באַקאַנט, אַז איך בין נישט אײַער איינציקער קריטיקער. אַז מע גייט אין די ירושלימער גאַסן פֿרײַטיק–צו–נאַכטס, הערט מען הײַנט נישט בלויז שבתדיקע זמירות, נאָר אויך נישט זעלטן אינטעליגענטישע שמועסן, “געשפּרעכן” פֿון די אויפֿגעקלערטע, אויסגעצאַצקעטע לײַט, וועגן קונסט, ליטעראַטור, לאָקש, בוידעם, ציבעלע — בקיצור, האָב איך איין נאַכט, אויפֿן וועג אַהיים פֿון שול, געהערט מײַן נאָמען, ווי מע רעדט אים אַרויס הויך אויף אַ קול, ווי צוויי ייִדן וואָלטן זיך ערנסט געפּילפּולט איבער אַ שווער שטיקל גמרא. קוק איך אַרײַן אין פֿענצטערל און זע, ווי דאָרט זיצן אַרום אַ טיש געדעקט מיט כּל–טובֿ, ממש מעדני–מלכים, עטלעכע מיטל–יעריקע ייִדן און ייִדענעס, שיין אָנגעטאָן, אויסגעפּוצטע גראַפֿן און גראַפֿיניעס לכּבֿוד שבת מיט ביכלעך אין די הענט. קוק איך זיך גוט צו, זע איך, אַז דאָס איז נישט מער און נישט ווייניקער דאָס בוך וואָס טראָגט מײַן שם–המפֿורש, “גאַנץ טבֿיה דער מילכיקער”, וואָס די חשובֿע אינטעליגענטן בלעטערן אין אים כּסדר. באַלד האָט מען אויף מיר אַ קוק געטאָן בײַם פֿענצטער, געמיינט איך בין עפּעס אַ שנאָרער, אָבער איך האָב פּראָטעסטירט ווי נאָר טבֿיה קען.
— ייִדן, איין מינוט! דער טבֿיה, וואָס איר רעדט אים דאָרט אַרום מיט אַזאַ ברען, מיט אַזוי פֿיל התלהבֿות — אַני שלמה! דאָס בין איך! לייגט אַוועק די ביכעלעך מיט די בבֿא–מעשׂיות, גיט מיר אַ פּלאַץ בײַם טיש און טבֿיה אַליין וועט אײַך אַלצדינג צעלייגן אויף טעלערלעך.
אומר–ועושׂה, אָן צערעמאָניעס האָט מען מיך אַרײַנגעלאָזט, געזעצט בײַם טיש, און מיר אָנגעגאָסן אַ גלעזל כּרמל–ווײַן אויף קידוש. האָב איך אָבער נישט געוווּסט, אַז דאָרט גיי איך אַרײַן צווישן הונגעריקע וועלף. שוין פֿאַרן זאָגן “אָמן” הייבט דער ערשטער אָן זיך אויסצופֿרעגן ווי צו מה–נשתּנה מיט מיר.
— ר׳ טבֿיה, מיר אַלע באַוווּנדערן אײַערע ווערק, זיי זענען פֿון גרויסן ליטעראַרישן ווערט, גאָר קיין ספֿק נישט. נאָר פֿונדעסטוועגן וויל איך וויסן איין זאַך: פֿאַר וואָס טוט איר גאָרנישט די גאַנצע צײַט, כּדי צו פֿאַרבעסערן אײַער שוואַרצע לאַגע? פֿאַר וואָס זענט איר אַזוי פּאַסיוו און רעזיגנירט?
אַזאַ שאלה האָב איך נישט געקענט פֿאַרדײַען אויף אַ ניכטערן מאָגן, האָב איך קודם געלייגט אויף אַ טעלער אַ שטיקל געפֿילטע פֿיש מיט כריין און אַ פּאָר גרינסן.
— לאָמיר אײַך פֿרעגן, ר׳ ייִד, איר זענט אַ גלייביקער? ווײַל אַ פֿרומער ייִד דאַרף גלייבן און האָפֿן אינעם באַשעפֿער, וואָס ער פֿירט די וועלט, ה׳ נתן וה׳ לקח — אַז ס’אי’ נישטאָ קיין לעקעך מוז מען יוצה זײַן מיט י״ש. קיין כּוח ליגט נישט אין אונדזערע מענטשלעכע השׂגות עפּעס צו בײַטן, מיר דאַרפֿן זיך פֿאַרלאָזן אויפֿן אייבערשטן. אַזוי ווי ער פֿירט די וועלט איז גוט, און אַנדערש קען נישט זײַן.
— דאָס הייסט, איר זענט צופֿרידן מיט אײַער לעבן, מיט די אַלע אומגליקן, וואָס זענען אײַך באַפֿאַלן?
— נו, אַ מענטש איז נעבעך נישט מער ווי אַ בשׂר–ודם — זאָג איך — און ווער פֿאַרשטייט דעם געטלעכן פּלאַן? אָבער אַפֿילו אין די ערגסטע צײַטן טאָר אַ ייִד נישט פֿאַרלירן זײַן ביסל בטחון. אַזוי איז דאָך…
האָט מיך אָבער אַ צווייטער איבערגעשלאָגן — איך האָב צו אײַך אַ פֿראַגע מער אַ וויכטיקע — זאָגט אַ ייִד מיט אַ קמץ–בערדל און קליינע אייגעלעך און שפּיציקע הערעלעך ווי בײַ אַ יאָזש — איך פֿאַרשטיי נישט פֿאַרוואָס די וועלט מאַכט פֿון אײַך אַ שבתדיקן צימעס. איר זענט דאָך אַ סימבאָל פֿון דער קליין–בורזשואַזיע, מיט אײַך און אײַערע וויצעלעך וויל שלום–עליכם ראָמאַנטיזירן אַ קלאַס וואָס גייט אונטער.
— וואָס בורזשואַזיע, ווער בורזשואַזיע — איך בין דאָך מײַן גאַנץ לעבן אַן אָרעמאַן! ווי איך האָב געשוויצט און געבראָכן דעם רוקן, קען איך אײַך פֿאַרשפּאָרן צו זאָגן. דערצו מאַטערט זיך מײַן טאָכטער אין סיביר מיט איר חתן דעם אַחדותניק, זאָל ער אויסקרענקען זײַן רעוואָלוציע — מיט אײַך האָב איך נישט וואָס צו רעדן! — און איך האָב אַרײַנגעביסן אין אַ שטיק עוף.
אַ דריטער ייִד האָט מיך געפּרוּווט באַרויִקן — פֿאַרגעסט אים, ר׳ טבֿיה, ער מאַכט יעדעס פֿאַרברענגען קאַליע מיט זײַנע מאַרקסיסטישע טעאָריעס. איך זע אין אײַך אַ נאַציאָנאַלן העלד, איר רעפּרעזענטירט דאָס עקשנותדיקע לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק. אײַער בוך איז דער יסוד, דער גרונטשטיין פֿון אונדזער מאָדערנער ליטעראַטור.
און נאָך איינער האָט גלײַך צוגעגעבן — נישט נאָר דאָס, איר זענט אַ דעמאָקראַטישער העלד, איר באַשטייט די אַלע אומגליקן ווי אַ שטאָלצער דעמב אין וואַלד. און איר זענט דער גרעסטער מעשׂיות–דערציילער אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
כ׳האָב נישט געוווּסט וואָס צו ענטפֿערן אויף דעם און דערבײַ האָב איך זיך שיִער נישט דערוואָרגן מיט אַ שטיקל עוף — זאָל גאָט אײַך ביידן בענטשן פֿאַר די תּישעה קבין נײַן מאָל נײַן מאָס רייד, אַ דאַנק אײַך פֿון טיפֿן האַרצן. נאָר צי איך בין אַ העלד, ווייס איך נישט — וואָס מאַכט איר פֿון מיר אַ גאַנצן שלש–סעודות? כ׳בין דאָך טבֿיה, סתּם אַ ייִד, אַ פּראָסט שטיקל הערינג. טבֿיה איז נישט קיין העלד, איך האַלט אויס דעם שווערן גלות גלײַך מיט אַלע אַנדערע ייִדן. דעם גאַנצן כּבֿוד, וואָס איר גיט מיר אָפּ, האָב איך בלויז צו פֿאַרדאַנקען די אַלע אומגליקן, וואָס איך האָב געבראַכט אויף זיך אַליין! פֿאַרבעטן אַ יונגן–מאַן צו זיך אין דער היים, זאָג איך אײַך, ברענגט נאָר צרות. אויב מיר ייִדן דאַרפֿן האָבן אַן אמתן העלד, זאָל ער זײַן עפּעס אַ גרויסער למדן, אַ מקובל, איך ווייס — דער חפֿץ–חיים, למשל. וואָס שייך דער ייִדישער ליטעראַטור, אויב איר האָט הנאה פֿון איר, לייענט זי געזונטערהייט, נאָר איך בין נישט פֿאַראינטערעסירט, נישט אין דער ליטעראַטור, און נישט אין דער נאַציאָנאַלער אידעאָלאָגיע וואָס איר טײַטשט מיט תּרגום–לשון אַרײַן אין איר.
מײַן ענטפֿער איז אפֿשר געווען אַ ביסל צו שאַרף — דער כריין אויך — ווײַל איך האָב אָנגעהויבן הוסטן און מע האָט צוריקגעשאָסן מיט אַ צווייטער פֿראַגע, וואָס האָט מיר געגעבן אַ שטאָך — זייער פֿײַן, ר׳ טבֿיה, מיר ווילן זיך מיט אײַך נישט קריגן. נאָר זאָגט אונדז, אַזוי ווי איר זענט אַזוי פֿרום, פֿאַר וואָס, ווען אײַער טאָכטער חוה האָט געוואָלט זיך שמדן און חתונה האָבן מיטן שייגעץ–משומד, האָט איר נישט געהאַט קיין איין אַרגומענט, פֿאַר וואָס ייִדן זאָלן זיך האַלטן באַזונדער ווי אַן אייגן פֿאָלק? איר האָט נישט קיין ייִדישן שטאָלץ?
— זאָל גאָט אָפּהיטן! ווער איז שטאָלצער צו זײַן אַ ייִד ווי טבֿיה, וואָס איך באָד זיך אין ייִדישקייט ווי אַ דבֿר–אַחר אין מצה–אויוון? נאָר צו וואָס דאַרף מען אַרגומענטן, אַז ייִדן זענען אַ פֿאָלק פֿאַר זיך און טאָרן זיך נישט אויסמישן מיט די גויים — ווי מיר זאָגן אין פּרק, ניין ניין, ס׳איז אין דער מגילה, עמך עמי, מאַכט רש״י מיר מישן נישט קיין לאָקשנברעטער! און אויב יענער בונטאָווטשיק וואָלט נישט אָנגעפֿילט מײַן טאָכטערס קאָפּ מיט הוילע נאַרישקייטן, וואָלט זי דאָס אַליין פֿאַרשטאַנען. נאָר וואָס קען איך טאָן, אַז איך האָב נישט גלײַך געכאַפּט, וואָס פֿאַר אַ בחור דאָס איז? שוין פֿאַרפֿאַלן.
שטעלט זיך אַוועק אַן עלטערער ייִד מיט אַ פּאַרמעטן פּנים פֿון אַן אַלט ספֿר–תּורה, ציט טיף אַרײַן די ייִדישע נאָז אין טאַבאַק–פּושקעלע, און טײַטלט אויף מיר מיט אַ פֿינגער, ווי אַ דרדקי–מלמד אויף אַ ייִנגל, וואָס האָט נישט געחזרט די סוגיא — שוין לאַנג האָב איך זיך אַרײַנגעקלערט אין אַ געוויסער פֿראַגע, וואָס ס’איז געקומען די צײַט זי אויפֿצוקלערן איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל. אינעם ערשטן קאַפּיטל אײַערן, ר’ טבֿיה, ווי אויך אין צוויי שפּעטערדיקע, שטייט בפֿירוש געשריבן, אַז איר האָט זיבן טעכטער. נאָר פּלוצעם אינעם זעקסטן קאַפּיטל, “שפּרינצע”, הערן מיר בלויז וועגן זעקס, פֿון וועלכע די ייִנגסטע זענען ביילקע און טײַבל, און אין די לעצטע קאַפּיטלען איז טײַבל אויך פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. פֿון דער סתּירה דרינג איך, אַז שלום–עליכם האָט לכתּחילה נישט בדעה געהאַט אָנצושרײַבן אַ גאַנצן ראָמאַן, נאָר ס’איז געוואַקסן צו ביסלעך, ווי יעדער נײַער קאַפּיטל איז צוגעקומען.
האָט נאָך איינער אַרײַנגעזאָגט — קיין ראָמאַן איז דאָס נישט, דאָס ווערק וואָלט איך באַצייכנט ווי “מיטיש”. יעדער קאַפּיטל האָט די זעלבע סטרוקטור: עליה, ירידה, און באַנײַונג, וואָס מע קען דאָס טעאָרעטיש איבערחזרן אין אָן אַ שיעור ווײַטערדיקע קאַפּיטלען. פֿאַר וואָס שלום–עליכם האָט אַרויסגעלאָזט די קאַפּיטלען וועגן די צוויי ייִנגסטע טעכטער, ווייס איך נישט — מסתּמא האָט ער סתּם נישט געהאַט קיין צײַט און קיין חשק זיי אָנצושרײַבן.
— איר ווילט טאַקע וויסן, וואָס איז געשען מיט מײַנע ייִנגסטע טעכטער? נו, שלום–עליכם האָט זיי מסתּמא אַרויסגעלאָזט, ווײַל מע האָט זיי נישט פֿאַרשיקט, געטייט, אָדער, חלילה, אָפּגעשמדט, נאָר זיי האָבן מיט מזל און הצלחה חתונה געהאַט מיט פֿרומע בחורים, געבוירן קינדער, וואָס טראָגן נאָך הײַנט קאַפּלעך און קאַפּאָטקעלעך, לערנען תּורה, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ ייִדן. דאָס איז ווייניקער דראַמאַטיש, נעבעך, נאָר וואָס איז טבֿיה שולדיק, אַז די וועלט איז נישט אונטערגעגאַנגען און טייל ייִדן האַלטן אויס ייִדישקייט ווי אַ מאָל?
— איר זענט נישט, הייסט עס, קיין טראַגישע פֿיגור, וואָס רעפּרעזענטירט דעם אונטערגאַנג פֿון דער אַלטער אָרדענונג, וואָס גיט זיך אונטער די אומפֿאַרמײַדלעכע געזעצן פֿון דער מאָדערנער געשיכטע, די כּוחות פֿון פּראָגרעס?
— פּראָגרעס, שמאָגרעס! איך בין דאָך אַ פּשוטער ייִד, איינער אַליין, איך ווייס, אַז איך קען נישט צוריקדרייען דעם זייגער אויף צוריק. דאָס הייסט אָבער נישט, אַז איך דאַרף גוטהייסן די אַלע פֿאַרדאָרבענע נײַע מאָדעס. וווּ איך בין נישט מסכּים, שעם איך זיך נישט דאָס אויסצוזאָגן הויך אויף אַ קול. טבֿיהס שוואַכקייט מיינט נישט, אַז ער שטיצט די מאָדערניזאַציע — דאָס איז אײַער מיינונג, וואָס איר לייענט אַרײַן אין מײַן לעבן. איך האַלט, אַז מאָדערנע צײַטן זענען אַן אומגליק פֿאַר ייִדן — גיט נאָר אַ קוק אויף דעם וואָס איז געשען מיט מײַנע פֿינף טעכטער נעבעך! און שלום–עליכם שרײַבט די געשיכטע פֿון מײַן קאָנסערוואַטיווער פּערספּעקטיוו, נישט פֿון זייערס. אויב ייִדן האָבן ליב צו לייענען מײַנע מעשׂהלעך, איז דאָס נישט ווײַל איך באַשטעטיק זייער מאָדערנעם וועלטבליק, נאָר ווײַל איך דערמאָן זיי אין דער פֿרומער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿון וועלכער זיי האָבן זיך נעבעך דערווײַטערט.
פֿאַר אײַער “פּראָגרעס” קענען מײַנע ייִנגסטע טעכטער דינען ווי אַ משל. טײַבל האָט חתונה געהאַט מיט אַ בעל–הבתּישן יונגן–מאַן, אַ שרײַבער, אַ ציוניסט, און האָט זיך איבערגעקליבן קיין אַדעס. מײַן זיבעטע טאָכטער, וואָס איר נאָמען ווערט אין ערגעץ נישט דערמאָנט, וועל איך אײַך זאָגן, אַז זי הייסט פֿרומע, נאָך איר עלטער–באָבען פֿון מאַמעס צד. איר קענט דאָס ווערטל — וואָס פֿאַר אַ נאָמען אַזאַ פּנים. נו, אונדזער טײַבל איז שטיל און נאָכגיביק ווי אַ טויב, און פֿרומע איז טאַקע פֿון די פֿריסטע קינדער–יאָרן אַ הייליקע, כאָטש נעם און שטעל זי אַרײַן אין אָרון–קודש. ווען די אַנדערע טעכטער האָבן געאַרבעט צו מאַכן קעז און פּוטער, געלייענט מעשׂה–ביכלעך, אָדער טאַטע–מאַמען פֿאַרקירצט די יאָרן מיט זייער פּלאַפּלערײַ, איז פֿרומע געוויינטלעך געשטאַנען אין אַ ווינקל און געזאָגט תּהילים אָדער געלייענט פֿון טײַטש–חומש. אַפֿילו ווי אַ קליין מיידעלע, ווען זי האָט גענומען אַ טרונק וואַסער אָדער געגעסן אַ ראָזשינקע, האָט זי קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן צו זאָגן די ברכה. ס’איז געווען אַ מחיה, איך פֿלעג זי ברענגען אין בית–מדרש, כּדי צו ווײַזן, ווי גוט זי קען לייענען מיט טראָפּ — “אַ נײַע לודמירער מויד” האָט מען זי גערופֿן.
קיין טאַטע איז נישט געווען אַזוי שטאָלץ מיט זײַן טאָכטער ווי איך מיט פֿרומען. קלוג איז זי געווען, שיין ווי די וועלט, און געטאָן אַלץ וואָס טאַטע–מאַמע הייסן — ביז זי איז געוואָרן עלף–צוועלף יאָר אַלט, איז איר פּלוצעם אײַנגעפֿאַלן, אַז גאָלדע היט נישט אָפּ די דינים פֿון כּשרות ווי געהעריק, און בײַ יעדער קלייניקייט איז געוואָרן אַ ספֿק — די גרינסן האָט מען גענוג געוואַשן? דעם קוגל האָט מען געשניטן מיט אַ פּאַרעוון מעסער? און מיר האָט זי אויך אָנגעהויבן דערגיין די יאָרן מיט חומרות — מוצאי–שבת פֿלעגט זי ציילן די שטערן אין הימל, ביז זי האָט געזען כאָטש פֿינף–זעקס, נאָר דעמאָלט האָט זי געלאָזט מאַכן הבֿדלה.
ווען ס’איז געקומען די צײַט, ווי מע זאָגט, שמונה–עשׂרה לחופּה, האָט זי זיך נישט באַקענט מיט בחורים סתּם אַזוי אויף דער גאַס, ווי מײַנע אַנדערע טעכטער נעבעך, נאָר זי איז באַשטאַנען אויף דעם, איך זאָל איר זוכן אַ חתן נאָר פֿון די טײַערסטע שדכנים — אַז מע לייגט אַרײַן נעמט מען גוט אַרויס, זאָגט זי. און בײַם אויסקלײַבן אַ חתן איז זי געווען אַזאַ מפֿוניצע — דער קען נישט דעם תּוספֿות און יענער קען נישט רש״י, דער דריטער טראָגט אַ מאָדיש היטל און דער פֿערטער אַ קורץ רעקל, רחמנא–לצלן. איז אַרויסגעקומען, אַז זי האָט זיך סוף–כּל–סוף פֿאַרקנסט מיט אַ רבייִש אייניקל, אַ חסידל פֿון חסיד–לאַנד, וואָס ער גייט הײַנט אין אַ שטרײַמל פֿון זיבן פֿונט און האַלט טבֿיהן פֿאַר אַ האַלבן אַפּיקורס און אַ גאַנצן עם–האָרץ — ברוך הייסט ער, אַ בראָך זאָל איך נאָך אים האָבן.
שטעלט זיך פֿאָר זײַן משפּחה — קליינע סוחרים אָבער גרויסע יחסנים, קרובֿים פֿונעם סקווערער רבין — ווי איך בין איין מאָל געפֿאָרן צו זיי אויף יום–טובֿ. איך אַליין, איר פֿאַרשטייט, זאָל איך אַזוי דערלעבן צו הערן שופֿר–של–משיח, ווי איך האָב גאָרנישט קעגן די חסידימלעך — שלום–עליכם אפֿשר יאָ, אַזוי ווי ער האָט קיין מאָל קיין איין וואָרט נישט געשריבן וועגן זיי אין זײַנע ביכלעך — אָבער יענע משפּחה, אוי, גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד — גאָטס קאָזאַקן זענען זיי.
— וואָס איז אײַער מיינונג וועגן די פֿאַרשאָלטענע ציונים, ר’ טבֿיה? — פֿרעגט מיך ברוכס טאַטע און טוט אַ גלעט זײַן געזונטן בויך, וואָס ווער ווייסט וויפֿל ציוניסטלעך ער האָט אַראָפּגעשלונגען לעבעדיקערהייט.
— קיין מבֿין אין דער וועלט–פּאָליטיק בין איך נישט — זאָג איך — נאָר איך האַלט פֿון מצוות ייִשובֿ ארץ–ישׂראל, און פֿאַקטיש טראַכט איך באַלד אַוועקצופֿאָרן, עולה צו זײַן און זיך צו באַזעצן אין אונדזער הייליק לאַנד.
האָבן זיי אַלע מיך סקעפּטיש באַטראַכט און עס האָט געהערשט אַן אומבאַקוועמע שטילקייט, ביז וואַנען דער טאַטע האָט ווײַטער גערעדט — מיר האָבן אויך בדעה עולה צו זײַן — זאָגט ער און קוקט אויף מיר מיט פֿײַערדיקע אויגן — און זיך צו באַזעצן אין ירושלים, אינעם אַלטן ייִשובֿ. דאָס לאַנד ווערט הײַנט פֿאַרפֿלייצט מיט כּופֿרים און מחללי–שבת, נייטיקט זיך דער אַלטער ייִשובֿ אין פֿרישע כּוחות, כּדי זיי צו באַקעמפֿן.
און אַזוי איז מײַן פֿרומע באַלד אַוועקגעפֿאָרן צוזאַמען מיט יענעם גאַנצן שבֿט, מיטן רבין אַליין בראָש, און איז באַלד פֿאַרזונקען געוואָרן אין דער זעלבער בלאָטע פֿון קינדערלעך און אָרעמקייט, וואָס איך האָב אַ גאַנץ לעבן געהאָפֿט, אַז מײַנע קינדער וועלן סוף–כּל–סוף פֿון איר אַרויסקריכן. אויב איך וואָלט נישט אַליין אַהערגעקומען, וואָלט איך קיין בריוו, קיין סימן נישט באַקומען פֿון איר אָדער פֿון מײַנע אייניקלעך, וואָרעם קיין צײַט האָט זי נישט. נו, און אַזוי איז געבליבן — אַ סך טעכטער זענען אַראָפּ פֿונעם גלײַכן וועג, און איינע איז אַזוי אָפּגעהיטן, אַז זי האָט מער קינדער ווי אַלע אַנדערע צוזאַמענגענומען. ווער קען וויסן וואָס דער מאָרגן וועט ברענגען?
אַ רגע האָט מײַן מעשׂה די אינטעליגענטן צופֿרידנגעשטעלט, אָבער נישט לאַנג. נאָך אַן עלטערער ייִד, אַ ליטוואַק, האָט זיך מיר אַנטקעגנגעשטעלט — ר’ טבֿיה, איר מיט אײַערע פֿאַרדרייטע און פֿאַלש פֿאַרטײַטשטע פּסוקימלעך, איר ווייסט אַליין נישט, אַז איר זענט אַ פּאַראָדיע, אַ סאַטירע פֿון אַ טראַדיציאָנעלער קולטור באַזירט אויף ציטירן טעקסטן און קאָמענטאַרן, וואָס וויל נישט קאָנפֿראָנטירן די רעאַלע וועלט.
— זײַט מוחל, אָבער ווער קאָנפֿראָנטירט נישט? איר האָט דאָך אַליין געלייענט, ווי אַזוי איך האָב באַגעגנט דעם גלח, דעם ימח–שמוניק, און ווי איך האָב איבערגעכיטרעוועט די פּויערים, וואָס זענען געקומען מאַכן בײַ מיר אַ פּאָגראָם. טבֿיהס צונג איז זײַן געווער, קיין אַנדער כּלי–זיין האָב איך נישט. און וואָס שייך מײַנע פּסוקים, אויב איר וועט זיך גוט צוקוקן, וועט איר זען, אַז ס’רובֿ זאַכן ציטיר איך און טײַטש מער–ווייניקער ריכטיק, און אויב נישט, ליגט אָפֿט מאָל דערין אַ וויץ, אַ וואָרטשפּיל. בכלל האָט מײַן חבֿר שלום–עליכם מיך באַשריבן מיט אַזוי פֿיל ליבשאַפֿט און הומאָר, ס’איז קלאָר, אַז ער האָט מיט מיר נישט געוואָלט חוזק מאַכן פֿון ייִדישקייט, נאָר פֿאַרקערט. פֿאָרשער האָבן פֿעסטגעשטעלט, אַז שלום–עליכמס שרײַבן איז נישט סתּם אַ געלעכטער, און אַז די קריטיקערס האָבן פֿאַרפֿעלט אַ סך און צעדרייט מײַן בילד, ווײַל אין ייִדיש זעען זיי בלויז קאָמעדיע. איך האָב דאָך אויך אַ טונקעלע זײַט.
— איך בין מסכּים — הייבט אָן נאָך איינער — נישט נאָר דאָס, עס ליגט אין שלום–עליכמס שאַפֿן אַן ערנסטער פּאָליטישער געדאַנק, דהײַנו צו שאַפֿן אַ גאַנצע פֿרײַע ייִדישע וועלט, אַ ייִדישע מלוכה, אין די שטעטלעך פֿון רוסלאַנד און אויפֿן לאַנד, וווּ טבֿיה וווינט — ייִדן אויף זייער אייגן לאַנד — ס’איז דאָך אַ ציוניסטישע פּראָיעקציע! דערבײַ האָט דער מחבר אָבער אַרויסגעלאָזט עטלעכע וויכטיקע פּרטים, למשל, די גויים מיט זייערע קירכן און פּראָצעסיעס, וואָס לעבן אומעטום און זענען אַ גרויסער טייל פֿון דער שטעטלדיקער באַפֿעלקערונג. ער שאַפֿט דעם אײַנדרוק, אַז ייִדן לעבן אין גאַנצן אָפּגעזונדערט, וואָס איז אַ היסטאָרישע פֿעלשונג.
— קען זײַן, אַז סע ליגט אין אײַערע ווערטער אַ שטיקל אמת — זאָג איך — שלום–עליכם ווײַזט טאַקע אַרויס ציוניסטישע סימפּאַטיעס, און ווי אַ פֿרומער ייִד פֿונעם מער ליבעראַלן סאָרט, בין איך אויך נישט בטבֿע געשטימט קעגן דעם ציוניזם, אַזוי ווי מײַנע מחותּנים, די פֿרומאַקעס. פֿונדעסטוועגן, איז די באַזונדערקייט פֿונעם ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד אַ פֿאַקט, ס’רובֿ ייִדן פֿאַרברענגען דאָך כּמעט נאָר מיט ייִדן, אַזוי ווי דאָ אין ירושלים. ווער נעמט אין באַטראַכט, אַז דאָרט נישט ווײַט לעבן כּמה–וכּמה טויזנטער ישמעאלים — און ווער שרײַבט וועגן זיי אין דער ייִדישער ליטעראַטור?
האָבן די אינטעליגענטן געקוקט איינער אויפֿן צווייטן, נישט געוווּסט וואָס צו ענטפֿערן, זיך געשושקעט, ביז איינער האָט מיט נאָך אַ שאלה מיך געשטעלט אין פֿאַרלעגנהייט.
— ר’ טבֿיה, פֿאַר וואָס זאָגט איר הײַנט נישט קיין פּסוקים און שטיקלעך פֿונעם דאַווענען? מיר זענען דאָך צוגעוווינט, אַז אײַער שפּראַך זאָל זײַן געווירצט און אָנגעפּיקעוועט מיט חכמהלעך — פֿון אײַער בוך זעט אויס, ווי איר קענט נישט אַרויסרעדן קיין איין זאַץ און נישט אַרײַנברענגען כאָטש איין פּסוק. וואָס איז מיט אײַך?
אַ ביסל פֿאַרשעמט, האָב איך געענטפֿערט — ייִדן, זײַט מוחל, איך פֿיל זיך הײַנט אַ ביסל שוואַך, נישט דער זעלבער טבֿיה.
— אַ רפֿואה שלמה — האָבן אַלע מיר געוווּנטשן.
— איר ווייסט אפֿשר נישט, ר’ טבֿיה, אַז שלום–עליכם האָט אויך אָנגעשריבן אַ פּיעסע וועגן אײַך. ס’איז באַזירט אויף אײַערע מאָנאָלאָגן, אָבער דערבײַ האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ היפּש ביסל מאַטעריאַל, למשל אײַער טאָכטער שפּרינצע ווערט אַפֿילו נישט דערמאָנט.
האָב איך אַ טראַכט געטאָן און געבלעטערט אַ מינוט אינעם בוך, כּדי זיך צו דערמאָנען אין דער געשיכטע — ווייסט איר וואָס, אַזוי ווי דאָס איז יעדעס מאָל די זעלבע מעשׂה — אַ בחור, וואָס פֿירט אַ טאָכטער מײַנע אַראָפּ פֿונעם גלײַכן וועג — איז עס אים אפֿשר נימאס געוואָרן דאָס גאַנצע געשעפֿט. בכלל איז דאָ אַ געזעץ פֿון דרײַ אין דער ליטעראַטור, פֿיר, פֿינף איז צו פֿיל. דערצו זע איך, אַז דער ווייטיק פֿונעם קאַפּיטל “שפּרינצע” איז אפֿשר אַ ביסל איבערגעטריבן, דאָס איז נישט עפּעס וואָס טבֿיה קען אויף אַ רעאַליסטישן אופֿן אויסדריקן מיט ווערטער. די דרײַ קאַפּיטלען וועגן צייטל, חוה, און האָדל זענען, אַזוי צו זאָגן, דאָס “האַרץ” פֿונעם בוך.
— ס’איז דאָ אַ האַרץ, אָבער וווּ איז דער סוף? — פֿרעגט נאָך איינער. — בײַ שלום–עליכמען איז שטענדיק נישטאָ קיין סוף, קיין קלימאַקס, עס ענדיקט זיך אין מיטן דרינען. ס’איז ווי אַרומגיין אין אַ לאָנקע פֿול מיט בלומען און געלעכטער, וואָס פֿירט אָבער צו אַ שרעקלעכן תּהום, און וואָס געשעט נאָך דעם ווי מע שפּרינגט אַרײַן, ווייסט מען קיין מאָל נישט. אַפֿילו אָט דעם קאַפּיטל, ווי איר זענט אָנגעקומען אין ארץ–ישׂראל און פֿירט דאָ ווײַטער אײַער אָרעמאַנסקע עקזיסטענץ, האָט ער פֿאַרגעסן אַרײַנצושטעלן.
— אײַ, ייִדן, וואָס פֿאַר אַ פּנים וואָלט דאָס געהאַט, אַז שלום–עליכם זאָל ענדיקן אַ בוך מיט איין קלאַפּ און אָפּשטעלן דעם לייענערס כּוח–הדמיון? זאָלט איר זיך פֿרעגן, וואָס וועט אַרויסקומען פֿון דעם, זאָלט איר חלומען ווײַטער, וואָס וועט טבֿיה טאָן דערנאָך!
און מיט די ווערטער בין איך אויפֿגעשטאַנען, געוווּנטשן אַלעמען אַ גוטן שבת, און בין אַוועקגעגאַנגען, אַרויס אין דער ענגער פֿינצטערניש פֿון די ירושלימער געסלעך.
ס’איז דאָ אַזוי פֿיל מער וואָס צו דערציילן, פּאַני שלום–עליכם, וועגן דעם באַגעגעניש און וועגן נאָך אַזעלכע, אָבער איך בין שוין אַן אַלטער ייִד און מחמת איך האָב קיין כּוח נישט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם–ירצה–השם, אינעם קומענדיקן בריוו וועל איך אײַך אַרויסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת–עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה.
ממני חבֿרך טבֿיה
עיקר שחכתּי. די קריטישע מיינונגען, וואָס ווערן דאָ אויסגעדריקט, האָט דער מחבר צוגענומען בײַ אמתע קריטיקער, ווי אוירווינג האַו, הלל האַלקין, רותּ ווײַס, י. י. טרונק, קען פֿרידן, דן מירון, און דוד ראָסקעס. די זאַפֿטיקע אויסדרוקן שטאַמען פֿון נחום סטוטשקאָווס “אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך”, און טבֿיהס צעדרייטע פּסוקים — זענען נעבעך נישטאָ. ווי מע זאָגט: אַז גאָט וויל שטראָפֿן אַן עם–האָרץ, שיקט ער אים צו אַ פּסוק אין מויל — אָבער מיר נישט. אַ חבֿר מײַנער, ר׳ לייזער אַברבנל, האָט צוגעגעבן אַ סך לשון–קודש און ווערטעלעך פֿאַר די ערשטע פּאַראַגראַפֿן — אים קומט אַ גרויסן ש׳כּוח!
לייזער בורקאָ, ירושלים