איך האָב זיך אויפֿגעכאַפּט ווײַל אַרום מיר האָט מען שטאַרק אַפּלאָדירט. איך האָב ניט געקענט פֿאַרשטיין וווּ איך בין. איך בין געזעסן אין אַ גרויסן און זייער אַ שיינעם זאַל, וואָס איז געווען ענלעך צו אַ פֿילהאַרמאָניע. נאָר ס׳איז ניט געווען קיין קאָנצערט. עמעצער איז געשטאַנען אויף דער בינע, מסתּמא אַ רעדנער וואָס האָט נאָר וואָס געענדיקט די רעדע. צי האָט ער גערעדט אַזוי נודנע, אַז איך בין אײַנגעשלאָפֿן? ס׳איז ניט געווען מעגלעך: אַלע אינעם זאַל זענען געווען זייער באַגײַסטערט, מע האָט אַפּלאָדירט עטלעכע מינוט אָן אַן איבעררײַס. אָבער וווּ בין איך? וואָס איז מיט מיר, אַז איך קען ניט זאָגן וווּ איך בין? דאָס פּנים פֿונעם רעדנער איז מיר געווען זייער באַקאַנט: אַ מענטש מיט וואָנצעס און גרויסע ברעמען. אָבער ווער איז ער? צי בין איך אפֿשר קראַנק, אַז אַלץ איז אַזוי צעמישט און מוטנע אין מײַן קאָפּ? וואָס איז דאָס פֿאַר אַ פֿאַרזאַמלונג?
איך האָב זיך אַרומגעקוקט: אינעם זאַל זענען געווען עטלעכע הונדערט מענטשן, אָדער בעסער צו זאָגן עטלעכע הונדערט ייִדן. ס׳רובֿ זענען געווען מאַנצבילן, אָבער אַרום מיר — אויך אַ פּאָר פֿרויען. אַלע אינעם זאַל האָבן אויסגעזען אומגעוויינטלעך, ס׳איז געווען עפּעס — איך ווייס ניט — אין די מלבושים זייערע, אין דעם אויסדרוק פֿון די פּנימער — וואָס איך האָב עס פֿריִער קיין מאָל ניט געזען. איך האָב נאָך אַ מאָל אַ קוק געטאָן אויפֿן רעדנער און איך האָב אים סוף–כּל–סוף דערקענט: י. ל. פּרץ! און איך האָב תּיכּף פֿאַרשטאַנען: איך בין אין טשערנאָוויץ, אויף דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ.
איך האָב אַ קוק געטאָן אויף מײַנע הענט. כ’האָב אויפֿגעהויבן די רעכטע האַנט, זי אַוועקגעלייגט צוריק אויפֿן הענטל פֿונעם פֿאָטעל, דאַן אויפֿגעהויבן מײַן לינקע האַנט. ניין, — האָב איך זיך געזאָגט — איך קען באַוועגן מײַנע הענט פּונקט אַזוי ווי איך וויל. איך קען זען די דלאָניעס. איך שלאָף ניט. ס׳איז ניט קיין חלום. איך בין אויף דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. אָבער ווי איז דאָס מעגלעך? ווי אַזוי בין איך אָנגעקומען אַהער?
* * *
איך האָב געפּרוּווט זיך באַרויִקן און זיך דערמאָנען. וואָס האָב איך געטאָן הײַנט אין דער פֿרי? איך האָב ניט געקענט זאָגן. און נעכטן? איך בין ניט געווען זיכער. איין בילד איז אויפֿגעשוווּמען אין מײַן זכּורן: נעכטן האָט גערונען דער קראַן. עס האָט גערונען דער קראַן אין קיך, און איך בין געווען זייער ברוגז, ווײַל איך האָב אים ניט געקענט צו רעכט מאַכן און אויף צו מאָרגנס האָב איך געדאַרפֿט אַוועקפֿאָרן. הייסט עס, אַז איך האָב טאַקע געדאַרפֿט פֿאָרן הײַנט אויף דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ? ניין, נאַרישקייטן, איך האָב געדאַרפֿט פֿאָרן אויף אַ ייִדישער זומער–פּראָגראַם — האָב איך זיך דערמאָנט. אָבער אַזוי צי אַנדערש האָב איך געדאַרפֿט אַוועקפֿאָרן. ס׳איז געווען שוין אָוונט, ס׳איז געווען צו שפּעט צו רופֿן אַן אינסטאַלאַטאָר, דער קראַן האָט גערונען, אָבער ניט אַזוי שטאַרק אַז מע זאָל קענען רופֿן די נויטדינסט. איך האָב זיך געהאַט געמוטשעט מיט דעם קראַן — אין גאַנצן אומזיסט — צום ווייניקסטנס אַ האַלבע שעה, און דאַן איז געקומען ראָזאַלינד.
זי האָט אַ קוק געטאָן אויף מײַנע נאַסע אַרבל און זי האָט געזאָגט: לאָז עס, איך וועל דיר העלפֿן.
— ניין, ניין, ס׳איז פֿאַרפֿאַלן, מע קען גאָרניט טאָן — האָב איך געענפֿערט. מיר זענען געגאַנגען אין קיך און איך האָב געמאַכט דעם לעצטן פּרוּוו צו רעכט צו מאַכן דעם קראַן.
— לאָז מיך — האָט נאָך אַ מאָל געזאָגט ראָזאַלינד, אָבער איך האָב זי ניט געלאָזט.
— גוט — האָט זי ווײַטער געטענהט. — אויב דו ווילסט עס טאָן אַליין… אָט אַזוי, אַ ביסל אויף לינקס. ניט צו פֿיל, ס׳איז גענוג. אָט אַזוי, עס וועט מער ניט רינען.
זי האָט עס געזאָגט, און דאָס וואַסער האָט אויפֿגעהערט צו רינען. איך האָב עס געקענט טרעפֿן פֿון פֿריִער — זי האָט אַ וווּנדערלעכע מעלה, מײַן חבֿרטע ראָזאַלינד. זי זאָגט: ״עס וועט זײַן אַזוי״, און עס ווערט טאַקע אַזוי ווי זי זאָגט. ווי זי רעדט מיט קינדער, צום בײַשפּיל! זי קען זאָגן אַ וויינענדיק קינד: ״עס וועט שוין ניט מער וויי טאָן״, און דאָס קינד הערט אויף צו וויינען, ווײַל אַ צעמזיקט אָרעמל אָדער פֿיסל טוט טאַקע מער ניט וויי… און ניט בלויז מיט קינדער. איך האָב שוין געזען אַ סך מאָל: זי זאָגט עפּעס, און עס ווערט מקוים, פּונקט ווי איצט מיט דעם רינענדיקן קראַן.
— דו האָסט מיך געראַטעוועט — האָב איך געזאָגט. — ממש געראַטעוועט. דו ווייסט דאָך, מאָרגן פֿאָר איך אַוועק, און איך בין שוין געווען אין גאַנצן פֿאַרצווייפֿלט.
— יאָ, דו האָסט מיר געזאָגט אַז דו פֿאָרסט אויף אַ ייִדישער זומער–פּראָגראַם — האָט געענטפֿערט ראָזאַלינד. — וואָס טוט איר אויף אַזעלכע פּראָגראַמען?
איך האָב אָנגעהויבן צו דערציילן. וועגן דעם אַז די פּראָגראַם איז געווידמעט דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. דאַן וועגן דער קאָנפֿערענץ, וועגן ייִדיש בכלל. וועגן דעם ווי לאַנג עס האָט גענומען ביז מע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש איז ניט קיין שמוציקער זשאַרגאָן, ניט קיין פֿאַרדאָרבן דײַשט, וועגן דעם ווי שווער עס איז געווען צו לערנען קינדער, צו שאַפֿן אַ סטאַנדאַרדיזירטע שפּראַך, וואָס אויף איר זאָל מען קענען דרוקן ביכער און לערנען אין מיטלשולן, די שפּראַך, וואָס מע לערנט הײַנט צו טאָג אין אוניווערסיטעטן איבער דער גאָרער וועלט.
ראָזאַלינד האָט זיך צוגעהערט זייער אויפֿמערקזאַם. זי איז ניט קיין ייִדישקע, נאָר איך האָב שוין פֿריִער באַמערקט, אַז זי קען פֿאַרשטיין אַזעלכע זאַכן בעסער ווי אַ טייל פֿון מײַנע ייִדישע חבֿרים.
נעמט למשל אַלאַנען. איך האָב אים באַגעגנט מיט אַ פּאָר טעג צוריק אין מעטראָ. איך בין געזעסן און געלייענט ״כּתרילעווקער פּראָגרעס״, און ער איז אַרײַן אינעם וואַגאָן, האָט מיך באַמערקט און האָט מיך געפֿרעגט:
— וואָס לייענסטו? אויף וואָסער שפּראַך איז עס?
— עס איז שלום–עליכם — האָב איך געענטפֿערט. — ס׳איז אויף ייִדיש.
— אויף ייִדיש? — האָט געפֿרעגט אַלאַן זייער פֿאַרחידושט. — איך האָב ניט געוווּסט, אַז דו ביסט פֿאַראינטערעסירט אין אַזעלכע פּראָבלעמען.
״פּראָבלעמען״? — האָב איך געטראַכט. — צי איז דאָס אַ ״פּראָבלעם״ צו לייענען אַ ביכל אויף ייִדיש? נאָר איך האָב אים גאָרניט געזאָגט. איך ווייס, אַז עס איז ניט כּדאַי זיך צו שפּאַרן מיט אים: ניט בלויז וועגן ייִדיש, נאָר וועגן אַ סך ייִדישע פֿראַגעס בכלל.
ניט אַזוי איז עס געווען מיט אסתּרן. איר האָב איך געקענט דערציילן פֿיל מער ווי אַלאַנען: אי וועגן דער פּראָגראַם, אי וועגן דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. אסתּר קען אַפֿילו אַ ביסל רעדן אויף ייִדיש, כאָטש ניט זייער גוט.
אפֿשר קענסטו קומען אויף דער זומער–פּראָגראַם — האָב איך געפֿרעגט אסתּרן — עס וועט זיכער זײַן זייער אינטערעסאַנט. אין דער פֿרי זענען די לעקציעס, און נאָך מיטאָג און אין אָוונט — קאָנצערטן, פֿילמען, זינג– און טעאַטער–וואַרשטאַטן…
— קאָנצערטן און זינג–וואַרשטאַטן? — האָט נאָכגעפֿרעגט אסתּר. — בעת ״די נײַן טעג״? און, אויב איך מעג עס פֿרעגן, וואָס איז בײַ אײַך אום תּישעה–באָבֿ — טאַקע אַ טעאַטער–וואַרשטאַט?
מיט ראָזאַלינד איז עס פֿיל לײַכטער. איך דאַרף ניט דערקלערן אַז רעדן אויף ייִדיש איז ניט קיין ״פּראָבלעם״. איך דאַרף ניט שמועסן וועגן דעם וואָס מע מעג און וואָס מע טאָר ניט טאָן אין דער ערשטער וואָך פֿונעם חודש אָבֿ. זי האָט מיך אויסגעהערט מיט אַ גרויסן אינטערעס, און איך האָב גערעדט און גערעדט, דערציילט וועגן דער קאָנפֿערענץ: וועגן בירנבוימען, וועגן דער רעדע פֿון י. ל. פּרצן, וועגן דעם רעפֿעראַט פֿונעם יונגן לינגוויסט מתּתיהו מיזעס, וועגן דער רעזאָלוציע אַז ייִדיש איז אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך. איך האָב אַזוי לאַנג גערעדט וועגן טשערנאָוויץ, אַז ראָזאַלינד האָט מסתּמא פֿאַרגעסן וווּהין איך דאַרף פֿאָרן.
— פֿאַרברענג גוט אין טשערנאָוויץ, — האָט זי מיר געזאָגט זיך צו געזעגענען. — פֿאַרברענג גוט אין טשערנאָוויץ!
און זי איז אַוועק.
* * *
דאָס איז די דערקלערונג! אויב ראָזאַלינד זאָגט עפּעס, ווערט עס באַלד מקוים. זי האָט על–פּי–טעות געזאָגט ״פֿאַרברענג גוט אין טשערנאָוויץ״ — בין איך טאַקע אין טשערנאָוויץ! אינעם יאָר 1908!
ניין, ניין, דאָס איז אומזין — האָב איך געפּרוּווט זיך איבערצײַגן. אַפֿילו ראָזאַלינד קען מיך ניט שיקן אויף הונדערט יאָר צוריק! אָבער איך האָב אַ קוק געטאָן אויף דער בינע: ס׳איז י. ל. פּרץ, כלעבן, ס׳איז י. ל. פּרץ! און אַלע מענטשן אַרום מיר: איצטער קען איך פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס זיי זעען אויס אַזוי אומגעוויינטלעך. ס׳איז טאַקע 1908. איך בין געוואָרן באַגײַסטערט: אַ קלייניקייט! צו זען מיט די אייגענע אויגן די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ — אָבער אויך גאַנץ דערשראָקן: מײַן לעבן, אַלע מײַנע קרובֿים און פֿרײַנד זענען דאָך געבליבן אינעם יאָר 2008.
עפּעס האָט מיך אָבער געטרייסט: איך האָב געהאַט אַ שטאַרק געפֿיל, איך בין געווען כּמעט זיכער — פֿאַר וואָס — דאָס האָב איך ניט געקענט זאָגן — אַז איך בין דאָ בלויז אין דער צײַט פֿון דער קאָנפֿערענץ. אַז ווען זי וועט זיך ענדיקן, וועל איך זײַן צוריק אין דער היים. אויב אַזוי — ניט פֿאַרלירן קיין איינציקע מינוט. זיך צוהערן, זיך צוקוקן. איך האָב געהאָפֿט, אַז שפּעטער וועל איך אַלץ געדענקען.
אָבער באַנעמען אַלץ האָב איך ניט געקענט. איך האָב זיך געפֿילט זייער מיד. און ניט בלויז מיד, נאָר אויך מאָדנע. אַ ביסל ווי אַן אַסטראָנויט אין אַ קאָסמאָסשיף — האָב איך געטראַכט. ווען די רעדעס האָבן זיך געענדיקט, בין איך געגאַנגען אינעם האָטעל ״בריסטאָל״. צום גליק איז דאָרטן געווען אַ צימער, רעזערווירט אויף מײַן נאָמען, וווּ איך האָב געקענט רויִק שלאָפֿן ביזן קומענדיקן פֿרימאָרגן.
אויף צו מאָרגנס האָב איך זיך געפֿילט אַ ביסל בעסער. דאָס סאַמע אינטערעסאַנטסטע וואָלט געווען צו רעדן מיט די מענטשן, אויסצופֿרעגן זיי וועגן פֿאַרשיידענע ענינים. אָבער דאָס צו טאָן האָב איך זיך ניט דערוועגט. איך האָב געפֿילט: איך בין על–פּי–טעות אויף דער קאָנפֿערענץ און וואָס שטילער, אַלץ בעסער. דערצו בין איך נאָך אַלץ געווען זייער שוואַך און אויך זייער הונגעריק. צום גליק האָב איך געפֿונען אין מײַנע קעשענעס אַ פּאָר קראָנען, און איך האָב געקענט קויפֿן אין דער פֿרי אַ שטיקל ברויט. נאָר עסן אין רעסטאָראַנען מיט אַנדערע אָנטייל–נעמערס האָב איך ניט געקענט.
איך האָב געפּרוּווט זוכן אינעם זאַל באַקאַנטע פּנימער. נעכטן האָב איך געזען פּרצן, הײַנט, בשעת דעם סקאַנדאַל בעת הײַזלערס רעדע, האָב איך באַמערקט אַבֿרהם רייזענען. אַ שאָד, אַז שלום–עליכם איז ניט געקומען אויף דער קאָנפֿערענץ…
אויף דעם דריטן טאָג האָב איך זיך געפֿילט מער צוגעוווינט צו מײַן מצבֿ און צו דעם פֿאַקט, אַז איך בין אינעם יאָר 1908.
הײַנט — האָב איך מיר געזאָגט — וועל איך זיך צום סוף באַקענען מיט אַנדערע מענטשן, וועל זיי אויספֿרעגן. אָבער איך האָב אויך געוואָלט גוט פֿאַרשטיין די רעפֿעראַטן. צו ערשט איז געווען סאָטעקס רעפֿעראַט, וווּ ער האָט צווישן אַנדערע זאַכן גערעדט וועגן דעם, אַז ס׳איז כּדאַי צו שרײַבן אויף ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות. נאָך דעם — אײַזענשטאַדטס רעפֿעראַט, וואָס מע האָט אים ניט דערהערט ביזן סוף, ווײַל ער איז געווען זייער וויסנשאַפֿטלעך, און אויך ווײַל אײַזענשטאַדט איז ניט קיין גוואַלדיקער רעדנער. ״וועמענס רעפֿעראַט איז איצט — האָב איך אַ קלער געטאָן נאָך אײַזענשטאַדטס רעפֿעראַט. און מיט זייער אַ גרויסן חידוש האָב איך געהערט, אַז מע רופֿט אויס מײַן נאָמען!
איך בין געווען זיכער ביזן איצטיקן מאָמענט, אַז איך בין בלויז אַ גאַסט אויף דער קאָנפֿערענץ, נאָר עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז איך בין אַ דעלעגאַט און אַז איך דאַרף האַלטן אַ רעדע! ווי פֿאַרחלומט בין איך אויפֿגעשטיגן אויף דער בינע און איך האָב אָנגעהויבן צו רעדן:
— צי איז ייִדיש אַ שפּראַך?
ניטאָ קיין ספֿק. אַ שפּראַך אויף וועלכער עס רעדן 8—9 מיליאָן מענטשן איז אַ שפּראַך. די ייִדישע שפּראַך איז אָבער נאָך ניט אָנערקענט געוואָרן פֿאַר אונדזער נאַציאָנאַלער שפּראַך, און דערום מוזן מיר קעמפֿן דערפֿאַר, אַז זי זאָל יאָ אָנערקענט ווערן. אויך אַנדערע פֿעלקער האָבן געדאַרפֿט פֿיל קעמפֿן ביז זייער אייגענע אינטעליגענץ האָט אָנערקענט זייער אייגענע שפּראַך…
איך האָב זיך אָפּגעשטעלט. איך האָב געהאַט אַ מאָדנע געפֿיל, אַז איך זאָג ניט דאָס וואָס איך וויל זאָגן. עס הייסט, אַלץ איז טאַקע אמת, אָבער די ווערטער זענען ניט מײַנע. און אַז דאָס איז ניט דאָס וויכטיקסטע. איך בין דאָך געקומען פֿונעם יאָר 2008, איך ווייס אַ סך מער ווי די מענטשן אינעם זאַל, איך קען זאָגן אַ סך מער. נאָר וואָס?
אַ שאָד אַז איך האָב ניט געהאַט די צײַט צוצוגרייטן מײַן רעדע. וואָס איז טאַקע דאָס וויכטיקסטע?
מע האָט שוין ניט ווייניק גערעדט וועגן בילדונג, וועגן שולן אויף ייִדיש. דאָס איז טאַקע וויכטיק. נאָר איך ווייס, אַז מע וועט באַלד שאַפֿן שולן אויף ייִדיש: אין פּוילן, אין רוסלאַנד. מע האָט גערעדט וועגן אַ סטאַנדאַרדיזירטער שפּראַך — באַלד וועט מען גרינדן דעם ייִוואָ. מע האָט גערעדט וועגן ייִדיש און העברעיִש, און וועגן דעם האָב איך טאַקע געוווּסט עפּעס, וואָס קיינער אינעם זאַל האָט עס ניט געוווּסט. צי קען איך איבערצײַגן די ייִדישיסטן וואָס ווייניקער זיך קריגן מיט די העברעיִסטן?
אפֿשר וועט עס דאַן זײַן מעגלעך אויסצומײַדן דעם טרויעריקן גורל, וואָס ייִדיש וועט שפּעטער האָבן אין מדינת–ישׂראל?
איך בין ניט געווען זיכער.
קלערנדיק וועגן די אַלע פֿראַגעס האָב איך אַ קוק געטאָן דורך די פֿענצטער פֿון אונדזער זיצונגסזאַל. דער טאָג איז געווען זייער אַ זוניקער. איך האָב געוווּסט, אַז אין דרויסן, אונטער דער זון, לויפֿן די שיינע פֿריילעכע גאַסן פֿון טשערנאָוויץ, און אויף די דאָזיקע פֿריילעכע גאַסן, אין רעסטאָראַנען, אין צאָלרײַכע קאַפֿעען, שמועסט מען אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, שמועסט מען אויף ייִדיש. אַפֿילו עטלעכע גויים אין טשערנאָוויץ קענען רעדן אויף אונדזער מאַמע–לשון — ווי, למשל, אַ שווייצאַר אין אונדזער האָטעל. נאָר איך האָב אויך געוווּסט: דאָס אַלץ איז ניט אויף לאַנג!
איך האָב פֿאַרשטאַנען אַז ס׳איז דאָ עפּעס זייער וויכטיקס וואָס איך דאַרף עס אומבאַדינגט זאָגן די אַלע פֿאַרזאַמלטע ייִדן.
— ייִדן! — האָב איך געוואָלט זאָגן. — צו וואָס דאַרפֿן מיר אַלע אונדזערע דעבאַטן?
איר ווילט רעדן אויף ייִדיש — רעדט אויף ייִדיש!
איר ווילט רעדן אויף העברעיִש — רעדט אויף העברעיִש!
אויף פּויליש, אויף רוסיש, אויף דײַטש — וואָס איר ווילט!
עס ווילט זיך אײַך שרײַבן אויף ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות, ווי עס וויל אונדזער פֿרײַנד סאָטעק?
איך האָב, אמת געזאָגט, ניט גוט פֿאַרשטאַנען צוליב וואָס, נאָר אַדרבא, שרײַבט טאַקע מיט לאַטײַנישע אותיות. טוט וואָס איר ווילט. אָבער איך בעט אײַך: פֿאָרט אַוועק פֿון אייראָפּע!
דערקלערט אײַערע קינדער, דערקלערט אַלע ייִדן פֿון אײַערע שטעט און שטעטלעך: גאַליציאַנער, ליטווישע, דײַטשישע. דערקלערט אַלע ייִדן: מע דאַרף אַוועקפֿאָרן פֿון אייראָפּע. פֿאָרט קיין ארץ–ישׂראל. איר זענט ניט קיין ציוניסטן — פֿאָרט קיין אַמעריקע, קיין דרום–אַמעריקע, קיין אויסטראַליע. פֿאָרט אַוועק, איך בעט אײַך, פֿאָרט אַוועק — וועגן לינגוויסטישע, קולטורעלע, און אַלע אַנדערע פֿראַגעס וועלן מיר דאַן האָבן שפּעטער די צײַט צו שמועסן…
איך האָב געוואָלט עס זאָגן, אָבער איך האָב ניט געקענט: איך האָב געשוויגן צו לאַנג, און אינעם זאַל איז געשטאַנען איצט אַ שטאַרקער טומל. מע האָט ניט געוואָלט, איך זאָל רעדן ווײַטער. איך האָב געמוזט אַראָפּגיין פֿון דער בינע, און אַן אַנדער רעדנער האָט פֿאַרנומען מײַן פּלאַץ.
איך האָב זיך געפֿילט פֿאַרחושכט, אין גאַנצן רויִנירט. איך האָב געוווּסט: דאָס וואָס איך האָב געמוזט טאָן האָב איך ניט באַוויזן צו טאָן. איך האָב ניט געקענט זיך צוהערן צו דעם וואָס עס טוט זיך אַרום מיר. איך קען אַפֿילו ניט זאָגן, ווי עס איז אַדורך דער סוף פֿון דער קאָנפֿערענץ. דעם לעצטן טאָג האָב איך קוים געקענט אָפּוואַרטן דעם סוף פֿון דער אָפּשליסונג–רעדע: באַלד וועל איך כאָטש זײַן אין דער היים! איך בין געווען זיכער, אַז ווי נאָר די קאָנפֿערענץ וועט זיך ענדיקן, וועל איך תּיכּף אָנקומען אַהיים. אָבער די קאָנפֿערענץ האָט זיך געענדיקט, און איך בין נאָך אַלץ געבליבן אין טשערנאָוויץ!
איך בין געגאַנגען אינעם האָטעל. דער שווייצאַר האָט מיך געפֿרעגט, צי איך פֿאָר הײַנט אַוועק און צי איך וויל שוין באַצאָלן פֿאַרן צימער.
— יאָ, יאָ, איך פֿאָר אַוועק און איך וועל באַלד באַצאָלן — האָב איך געענטפֿערט, און איך בין געגאַנגען אין מײַן צימער. קיין געלט האָב איך ניט געהאַט, וווּהין צו פֿאָרן — אויך ניט. איך האָב זיך געפֿילט זייער שוואַך, איך האָב זייער ווייניק געגעסן בעת די אַלע טעג פֿון דער קאָנפֿערענץ. און ס׳איז פֿאָרגעקומען אַ סך, זייער אַ סך, איך בין געווען זייער מיד. איך בין געפֿאַלן אויף דעם בעט און אַוועקגעחלשט.
* * *
איך האָב זיך אויפֿגעכאַפּט און איך האָב געהערט ווי עס קאַפּעט דאָס וואַסער: קאַפּ–קאַפּ–קאַפּ. עס האָט זיך מיר געוואָלט שלאָפֿן ווײַטער, נאָר דאָס קאַפּען האָט מיר געשטערט. עס איז ניט קיין שטאַרק גערויש, פֿאַרשטייט זיך, נאָר ס׳איז געווען אַזוי מאָנאָטאָן — קאַפּ–קאַפּ–קאַפּ — אַז איך האָב ניט געקענט צוריק אײַנשלאָפֿן. איך בין אויפֿגעשטאַנען און געגאַנגען אין קיך. איך האָב געפּרוּווט בעסער צו פֿאַרמאַכן דעם קראַן, נאָר ס׳איז מיר ניט געלונגען. איך האָב געעפֿנט דעם קראַן, און ווידער געפּרוּווט אים צו פֿאַרמאַכן — און ווידער אומזיסט. איך האָב געטראַכט וועגן דעם באַזוך פֿון ראָזאַלינד. ווען איז עס געווען, דאַכט זיך, נעכטן אין אָוונט?
ס׳איז געווען אַ ביסל דושנע אין דער דירה, איך האָב געעפֿנט דאָס וואַסער, געוואַשן דאָס פּנים, געשטעלט די דלאָניעס אונטערן וואַסער און געטרונקען עטלעכע שלוק פֿון דער דלאָניע. דאַן בין איך געגאַנגען צוריק אין שלאָפֿצימער. איך האָב פֿעסט פֿאַרמאַכט די טיר צווישן דעם צימער און דער קיך. כאָטש דאָס וואַסער האָט נאָך אַלץ געקאַפּעט, האָב איך עס איצט שוין ניט געקענט הערן. איך בין אַרײַן אין בעט און איך האָב געפּרוּווט אײַנשלאָפֿן. נאָר דער שלאָף איז ניט געקומען. איך בין געלעגן עטלעכע מינוט מיט פֿאַרמאַכטע אויגן, און דאַן האָט געקלונגען דער טעלעפֿאָן — ס׳איז געווען מיוריעל, מײַנע אַ חבֿרטע וואָס שטודירט ייִדיש.
— סוף–כּל–סוף האָב איך דיך געפֿונען! — האָט זי געזאָגט. איך האָב געהערט אינעם קול פֿרייד און דערלײַכטערונג, כאָטש זי האָט געפּרוּווט זיי צו באַהאַלטן.
—
דו ווייסט, ס׳איז טאַקע חזיריש — האָט זי געזאָגט — פֿאַר וואָס ביסטו ניט געקומען אויף דער זומער–פּראָגראַם? פֿאַר וואָס האָסטו קיינעם גאָרניט געזאָגט? אויב ניט מיר — האָסטו כאָטש געקענט שרײַבן דער סעקרעטאַרקע, אָדער די לערערס…
— איך וועל עס דערקלערן שפּעטער — האָב איך געענטפֿערט. ס׳איז ניט מײַן שולד. איך האָב ניט געקענט אָנקלינגען, איך האָב ניט געקענט שרײַבן, אויף מײַן וואָרט.
— צי איז עפּעס געשען? — מיוריעלס קול האָט געקלונגען איצטער אין גאַנצן ניט בייז. — צי ביסטו געווען קראַנק?
— ניין, ניין, אַלץ איז אין בעסטער אָרדענונג, איך בין געזונט. איך וועל דיר דערקלערן שפּעטער. דערצייל מיר: ווי איז עס געווען? איך מיין, די פּראָגראַם?
— ס׳איז געווען זייער אינטערעסאַנט — האָט געענטפֿערט מיוריעל. און איך האָב געזען אַ סך אַלטע חבֿרים: ריבֿקהן, יולען, דודן, יוספֿן מיט דזשעניפֿער. און ס׳איז געווען אַ נײַער תּלמיד, אַ בחור פֿון דרײַ און צוואַנציק יאָר, וואָס האָט גערעדט אַ פּרעכטיקן ייִדיש, ממש אַ פּרעכטיקן.
און ער ווייסט ניט ווייניק וועגן ליטעראַטור, וועגן שפּראַכן. ס׳איז גוט, אַז ער איז געקומען אויף אונדזער זומער–פּראָגראַם! זײַן נאָמען איז מתּתיהו, קיינער האָט אים פֿריִער ניט געזען. זייער אַן אינטערעסאַנטער בחור, כאָטש אַ ביסל אַ טשיקאַווער: ער איז געווען זייער שטאָלץ מיט אַ טעאָריע וואָס ער האָט אויסגעטראַכט: ווי אַזוי ייִדישקייט האָט געפֿורעמט ייִדישע שפּראַכן. נאָר וואָס איז דאָ אַזוי נײַ? מיר האָבן עס דאָך אַלע געלייענט בײַ ווײַנרײַכן… ניט אַלעמען איז ער געפֿעלן געוואָרן. אַ ביסל סנאָביש, האָט געמאַכט מאָדנע באַמערקונגען וועגן דער ספֿרדישער קולטור…
איך האָב קוים געהערט דאָס וואָס מיוריעל האָט מיר דערציילט וועגן מתּתיהון.
— זאָג מיר, וואָסער דאַטע איז הײַנט? — האָב איך זי אַ פֿרעג געטאָן. — זונטיק, דעם צענטן אויגוסט?
און איך האָב געטראַכט: ס׳איז אויגוסט, ס׳איז שוין דער צענטער אויגוסט.
איך האָב עס ניט געוווּסט און איך האָב געטרונקען וואַסער.
איך האָב ניט געוווּסט, אַז הײַנט איז תּישעה–באָבֿ.