יהודית בראָ־פּינהאַסיק אַרבעט שױן מיט אַדמיניסטראַציע און געלטשאַפֿערײַ פֿאַר נישט־פּראָפֿיטיקע אָרגאַניזאַציעס אין די פֿעלדער פֿון געזונט, דערציונג, סבֿיבֿה, און קונסט העכער 16 יאָר. אין דער ייִדיש־װעלט, איז זי די אַנטװיקלונג־דירעקטאָרין פֿאַר יוגנטרוף שױן 4 יאָר לאַנג און איז געװען אַ געהילף־אַנטװיקלונג־דירעקטאָר פֿאַר ליװינג־טראַדישאָנס (קלעזקאַמפּ). אַ געװעזענער פּראָפֿעסיאָנעלע זינגערין און אַקטריסע, יהודית זינגט שױן 14 יאָר לאַנג מיטן ייִדישן פֿילהאַרנאָמישן פֿאָלקסכאָר, װעלכער זינגט לידער נאָר אױף ייִדיש. זי האָט אַ צערטיפֿיקאַט אין געלטשאַפֿערײַ־אַדמיניסטראַציע פֿונעם ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, און האָט גראַדוירט פֿײַ־בעטאַ־קאַפּפּאַ פֿון מערילענד־אוניװערסיטעט מיט אַ דיפּלאָם אין פּאָליטישע װיסנשאַפֿט מיט אַ בײַלימוד אין זשורנאַליסטיק, און אַ מאַגיסטער אין פֿילם־געשיכטע און פֿילמקריטיק. שױן אַן אַקטריסע העכער 15 יאָר, יהודית רעדט אױך ייִדיש, און איר זון דזשאָי לערנט ייִדישע שפּראַך און קולטור אין דער אַרבעטער־רינג־שולע. זי איז שױן אַ מיטגליד ־ און פֿאַרברענגט אױף דער ייִדיש־װאָך שמועסנדיק, זינגענדיק, און זיך אױסשפּאַנענדיק ־ מער װי אַ יאָר־צענדליק.