מינע־ליפֿשע װישװאַנאַט (קאַסירערקע) רעדט ייִדיש אַזש פֿון דער מאַמעס בױך. איר ערשט װאָרט (אַחוץ פּשוט “טאַטע־מאַמע”) איז געװען “טי־אַ” ־ דאָס הײסט, “עפֿן די טיר!” זי איז אױפֿגעװאַקסן מיט יוגנטרוף ־ אירע טאַטע־מאַמע האָבן זיך באַקענט אױף דער ייִדיש־װאָך, זי איז געגאַנגען אין פּריפּעטשיק, אַ זונטיקשול פֿאַר ייִדיש, ביז זי איז געװען 15 יאָר אַלט, און קומט יעדעס יאָר אױף דער ייִדיש־װאָך פֿון זינט זי איז געבױרן געװאָרן (און זי איז שױן איצט שױן דרײַסיק יאָר אַלט!). זי איז איצט אַ אַן אינזשיניר און װױנט אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע מיט איר מאַן און 2 קינדער (מיט װעמען זי און איר מאַן רעדן ייִדיש). זי װאָלט געװאָלט הערן פֿון אַלע ייִדיש־ליבהאָבערס און רעדערס, אָבער ספּעציעל די אױפֿן מערבֿ־ברעג!