ייִדיש־לערער־סעמינאַר

באַטײליקט זיך אין פּעדאַגאָגישע װאַרשטאַטן און לעקציעס אױף יוגנטרופֿס ייִדיש־װאָך אין דער פּערלסטאָון־זומער־קאָלאָניע אין רײַסערסטאַון, מערילענד, 23סטן – 29סטן אױגוסט, 2011.

אַן אײנװאָכיקער ייִדיש־לערער־סעמינאַר אין אַ דורכױס ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה מיט כּשר עסן. די סטיפּענדיעס — פֿאַר 8 – 10 ייִדיש־לערערס אין אוניװערסיטעטן, ייִדישע שולן, ייִדיש־קלובן, און קורסן פֿאַר דערװאַקסענע — דעקן כּמעט אַלע הוצאָות אױף דער גאַנצער װאָך, אַרײַנגערעכנט דעם צימער, עסן, און אַלע לערנטעקסטן און מאַטעריאַלן. די װאָס האָבן זיך אײן מאָל פֿריִער באַטײליקט קענען הײַיאָר װידער אַ מאָל אָנגעבן אַפּליקאַציע. מיר קענען ניט דעקן קײן פֿאָר־הוצאָות.

  • באַקענט זיך און טײלט זיך מיט פּעדאַגאָגישע מעטאָדן און מאַטעריאַלן צוזאַמען מיט אײַערע קאָלעגן
  • לערנט זיך װעגן דער ייִדישער געשיכטע, ליטעראַטור, און קולטור אין אונדזער דערגאַנצונג־קורס
  • פֿאַרברענגט אױף דאַטשע אין אַ דורכױס ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה

אַפּליקאַציע געשלאָסן

אַפּליקאַציע־טערמין: דעם 15טן יוני, 2011

לײענט װעגן דער ייִדיש־װאָך און גיט אַ קוק אױף אַן אַרטיקל אינעם פֿאָרװערטס װעגן אַ פֿריִערדיקן לערער־סעמינאַר.

אױב איר האָט קשיות מכּוח דער אַפּליקאַציע צי דעם סעמינאַר טוט אַ פֿרעג בײַ:

יאַנקל־פּרץ בלום (קאָאָרדינאַטאָר), lererseminar@gmail.com

דער ייִדיש־לערער־סעמינאַר װערט געשטיצט פֿון די פֿרײַנד פֿון דעם אַרכיװ פֿון די ייִדיש־װעלטלעכע שולן אין צפֿון־אַמעריקע, סטאַנפֿאָרד־אוניװערסיטעט־ביבליאָטעקן, ספּעציעלע זאַמלונגען.