עקזעקוטיװע
עקזעקוטיװע
לײזער בורקאָ
האָט אָנגעהױבן לערנען זיך ייִדיש, כּדי צו קענען רעדן מיט זײַנע באָבע־זײדע אין ישׂראל, װאָס קענען נישט קײן ענגליש. ער האָט באַקומען אַ דיפּלאָם אין מיטל־עלטערישע און רענעסאַנס־לימודים אין דער ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, װוּ ער האָט זיך דער עיקר פֿאַרנומען מיט גערמאַנישער פֿילאָלאָגיע. דערנאָך האָט ער אַ מאַגיסטער אין מיטל־עלטערישע גערמאַנישע שפּראַכן באַקומען פֿון דער אוניװערסיטעט פֿון מינעסאָטאַ. ייִדיש קען ער סײַ פֿונעם ייִװ”אָ־זומער־פּראָגראַם, סײַ פֿונעם פֿאָרװערטס, װוּ ער האָט געאַרבעט 3 יאָר װי אַ בחור־הזעצער און רעדאַקציע־אַסיסטענט. איצטער מאַכט ער אַ דאָקטאָראַט בײַם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק, װוּ ער פֿאַרנעמט זיך מיט דער ייִדישער געשיכטע און ליטעראַטור.
יאַנקל־פּרץ בלום
ייִדיש האָט יאַנקל־פּרץ בירושה דער עיקר פֿונעם טאַטנס צד׃ דער זײדע ע״ה איז געװען אַ זעצער בײַם פֿאָרװערטס, און די באָבע ע״ה, אַ פּױלישע, האָט אַװדאי אױך גערעדט ייִדיש כּל־ימיה. די מומע, צו לענגערע יאָר, איז אַ ייִדישיסטקע און האָט די אײגענע קינדער דערצױגן מיטן ייִדישן לשון. פֿון דער מאַמעס צד האָבן די באָבע ע״ה און דער זײדע צו לענגערע יאָר געשטאַמט פֿון דײַטשלאַנד (יעקלאַנד, װי דער זײדע רופֿט עס אָן), און מע קען זיך משער זײַן אַז מיט נישט צו פֿיל דורות צוריק האָבן די משפּחות גערעדט מערבֿ־ייִדיש. (דער זײדע קען אױך מזרח־ייִדיש פֿון דער ישיבֿה.) בקיצור, יאַנקל־פּרץ האַלט ייִדיש פֿאַר אַ גײַסטיקן מאַמע־לשון. און דאָס װאָס ער האָט פֿאַקטיש גערעדט ענגליש אין די קינדעריאָרן, װידער, האַלט ער נאָר פֿאַר “דעם גורלס אַ טעות” — אַן אומגליקלעכער פּועל־יוצא פֿון דער קולטורעלער אַסימילאַציע און דעם נאַצישן גענאָציד, נישט געדאַכט זאָל עס װערן. ער װיל פֿאַרשפּרײטן דאָס ייִדישע לשון אױף װי װײַט מעגלעך צװישן די הײַנטיקע יורשים פֿון דער שפּראַך – ד”ה דעם גאַנצן אַשכּנזישן פֿאָלק. ער פֿירט ייִדיש־קורסן פֿאַר אָנהײבער און פֿאַר מיטנדיקע בײַם יוגנטרוף און גיט אױך פּריװאַטע לעקציעס. דערצו דינט ער אַלס פֿאָרזיצער פֿון דער עקזעקוטיװע און אַרבעט אױפֿן װעבזײַטל. און פֿאַרשטײט זיך אַז מיט די קינדער, זאָל עס זײַן אין אַ מזלדיקער שעה, װעט ער אי״ה רעדן רק ייִדיש. װי עס שטײט געשריבן, שלא שינו את לשונם!
מינע־ליפֿשע װישװאַנאַט (קאַסירער)
מינע־ליפֿשע רעדט ייִדיש אַזש פֿון דער מאַמעס בױך. איר ערשט װאָרט (אַחוץ פּשוט “טאַטע־מאַמע”) איז געװען “טי־אַ” ־ דאָס הײסט, “עפֿן די טיר!” זי איז איצט אַ גראַדויִר־סטודענט אינעם דזשאָרדזשע־אינסטיטוט פֿאַר טעכנאָלאָגיע און שטודירט ציװילע אינזשענירערײַ. זי װאָלט געװאָלט הערן פֿון אַלע דרומדיקע לײַט װאָס זענען אינטערעסירט צו רעדן ייִדיש!
דזשאָרדין קוציק (פֿאָרזיצער)
האָט זיך אָנגעהױבן צו לערנען ייִדיש װען ער איז געװען 16 װײַל ער האָט געװאָלט טאָן פֿאָרשאַרבעט װעגן דעם חורבן־אײראָפּע פֿון דעם פּערספּעקטיװ פֿון די ביכער װאָס זענען געשריבן װעגן דער טעמע אױף ייִדיש. אַז ער האָט זיך אָנגעהױבן צו לערנען די שפּראַך, האָט ער געפֿונען אַז ער איז געװען אַ סך מער פֿאַראינטערעסירט אין דער ראָלע פֿון ייִדיש אין דעם ייִדישן לעבן און אין די קולטורעלע אוצרות און רעליגיעזע אינפֿאָרמאַציע, סײַ דורך מענטשן און סײַ דורך דעם געשריבענעם װאָרט ,מיט װעלכן ער האָט זיך נאָר געקענט באַקענען דורך דער ייִדישער שפּראַך. נאָך אַז ער האָט אַנטדעקט אַז ייִדיש, אַנשטאָט דעם װאָס ער האָט געמײנט פֿון קינדװײַז אָן, איז נישט קײן טױטע אָדער כּמעט טױטע שפּראַך, האָט ער גענוצט אַ סך פֿון זײַן פֿרײַער צײַט צו העלפֿן פֿאַרשפּרײטן ייִדיש צװישן יונגע מענטשן . ער איז פֿאַראינטערעסירט, בפֿירוש, אין צירקולירן רעסורסן צו העלפֿן ייִדיש־רעדנדיקע מענטשן אױפֿצוהאָדעװען זײערע קינדער אױף ייִדיש. איצט הײבט ער אָן צו שרײַבן אַ פֿיל־שפּראַכיק װעבזײַטל װעגן דער טעמע. ער איז געװאָרן אַ מיטגליד פֿון יוגנטרוף נאָך דעם װאָס אַרעלע װישװאַנאַט האָט אים געשיקט אַ בליצבריװ אין 2007 און ער איז געװאָרן אַ מיטגליד פֿון דער עקזעקוטיװע אין פֿעברואַר 2008. ער איז אַ סטודענט אין זײַן צװײטן יאָר אין רוטגערס־אוניװערסיטעט (ניו־דזשערזי). זײַנע הױפּט־לימודים זענען שפּאַניש און לינגװיסטיק מיט ספּעציעלע אינטערעסן אין צװײשפּראַכיקײט בײַ קינדער און ייִדישע שפּראַך און קולטור. ער האָט זיך געלערנט ייִדיש אין גראַץ־קאַלעדזש אין פֿילאַדעלפֿיע און אין דער װילנער ייִדיש־אינסטיטוט אין דער װילנער אוניװערסיטעט
