English יידיש
װאָס איז די ייִדיש-װאָך? (ייִ“װ)
ייִדיש־קענטעניש
איך קען ניט לײענען אָדער שרײַבן ייִדיש. מעג איך דאָך קומען אױף דער ייִ“װ?
ס’איז שױן יאָרן װי כ’רעד ניט קײן ייִדיש װאָרט, אָבער איך פֿאַרשטײ אַלץ. מעג איך דאָך קומען?
דעם זומער זיץ איך אין אַן אָנהײבער־ייִדיש־קורס. איז די ייִ“װ פּאַסיק פֿאַר מיר?
מעג מען כאָטש רעדן ענגליש כּדי צו פֿרעגן: «װי זאָגט מען … אױף ייִדיש?»
דער מאַן/די פֿרױ קומט מיט מיט מיר. ער/זי רעדט ניט קײן ייִדיש, נאָר איך װעל אַלץ איבערזעצן פֿאַר זײ.
די דעמאָגראַפֿיק
װאָס פֿאַר אַ מין מענטשן קומען אױף דער ייִ“װ?
עס װעלן קומען מענטשן אין מײַן עלטער?
עס קומען אױך אַנדערע ניט־חתונה־געהאַטע אױף דער ייִ“װ?
די אַקטיװיטעטן
װאָס פֿאַר אַ מין אַקטיװיטעטן װעלן זײַן?
צי מוז איך גײן אױף יעדער אַקטיװיטעט?
װאָסערע מינים אַקטיװיטעטן װעלן זײַן פֿאַר מײַן קינד?
עס זײַנען אױך דאָ ייִדיש־קלאַסן פֿאַר אָנהײבערס?
צי קען מען מיך פֿאַרבעטן צו האַלטן אַ רעדע / שפּילן / אויפֿטרעטן אױף דער בינע?
איר קענט מיר שיקן אַ צײַטפּלאַן פֿון אַקטיװיטעטן?
דאָס רעגיסטרירן זיך
צי מוז מען קומען אױף דער גאַנצער װאָך?
פֿאַר װאָס איז דער טאָגפּרײַז העכער במשך פֿון סוף־װאָך?
פֿאַר װאָס איז דער פּרײַז אױף דער גאַנצער װאָך ביליקער אין טײל פֿאַלן װי דער פּרײַז אױף דרײַ טעג?
מעג איך זיך טײלן מיט עמעצן («טײַם־שײר»), אַזױ אַז איך צאָל פֿאַרן צימער אױף אַ האַלבער װאָך און יענער צאָלט אױף דער צװײטער העלפֿט?
איך האָב אַ זומער־דאַטשע לעבן דער קאָלאָניע. איז דאָ אַ ספּעציעלער פּרײַז פֿאַר צופֿאָרערס?
עס זײַנען דאָ הנחות פֿאַר סטודענטן? פֿאַר עלטערע לײַט? פֿאַר װײַטפֿאָרערס?
צי מעג איך שױן אַרײַנשיקן מײַן רעגיסטריר־בױגן איצט און צאָלן שפּעטער?
צי מעג איך פּשוט איצט צאָלן אַן אַדערױף און צאָלן דאָס איבעריקע שפּעטער?
װי שפּעט קען איך באַשליסן אַז איך װיל קומען אױף דער הײַיאָריקער ייִ“װ?
צי מעג איך פֿאַרבעטן אַ גאַסט אױף אַ מאָלצײַט?
װער װעט זײַן מײַן מיטװױנער? כ’זאָרג זיך טאָמער זײַנען מיר ניט צוגעפּאַסט.
כ’האָב שױן באַצאָלט מײַן מיטגלידגעלט פֿאַר אַ יאָרן. פֿאַר װאָס דאַרף איך װידער צאָלן?
דער פּלאַץ און דער טראַנספּאָרט
װוּ געפֿינט זיך די ייִ“װ?
װאָס זײַנען די טעלעפֿאָן־ און פֿאַקס־נומערן אין דער זומער־קאָלאָניע?
װוּ געפֿינט זיך דאָס נאָענטסטע לופֿטפֿעלד? װי קומט מען אָן פֿון יענעם לופֿטפֿעלד צו דער ייִ“װ?
װעלעכס ניו־יאָרקער לופֿטפֿעלד איז דאָס נאָענטסטע פֿון ייִ“װ־בוס װאָס פֿאָרט אָפּ לעבן פּען-סטאַנציע, אױף 30סטע גאַס צװישן דער 7טער און 8טער עװעניו, מאַנהעטן?
אױב מײַן עראָפּלאַן קומט צו פֿליִען דעם אָװנט אײדער עס הײבט זיך אָן די ייִ“װ, בײַ װעמען קען איך אײַנשטײן?
צי װעט מען מיך קענען אָפּנעמען פֿון לופֿטפֿעלד?
מעג איך דינגען אַן אױטאָ און אַהינפֿאָרן?
איר קענט מיר צושיקן פֿאָר־אינסטרוקציעס מיטן אױטא?
װי לאַנג געדױערט אַהינצופֿאָרן מיט אַן אױטאָ פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק?
אױב עס דאַכט זיך מיר, אַז איך װעל פֿאַרשפּעטיקן דעם ייִ“װ־בוס, װאָס זאָל איך טאָן? װעמען זאָל איך אָנקלינגען?
װוּ געפֿינט זיך די נאָענטסטע באַן־/בוס־סטאַנציע צו דער ייִ“װ? װיפֿל קאָסט די באַן/דער בוס?
װעט מען מיך קענען אָפּנעמען װען נאָר איך װיל פֿון דער באַנסטאַנציע?
כ’דאַרף פֿרי אַװעק. מע װעט מיך קענען צופֿירן צו דער סטאַנציע װען איך װיל?
קען איך כאַפּן אַ פֿלי אַהײם 2:30 בײַ טאָג דעם לעצטן טאָג פֿון דער ייִ“װ?
מע דאַרף מיך אָפּנעמען פֿון איבערלאָז־פּונקט צוריק װעגס. װוּ פּינקטלעך און װיפֿל אַ זײגער זאָל מען טרעפֿן דעם בוס?
דאָס עסן
איז דאָס עסן כּשר?
װאָסער מין עסן איז דאָ?
קען אַ װעגעטאַריער זיך אַן עצה געבן?
כּשרות און פֿרומקײט
װי כּשר איז דאָס עסן?
צי קומען פֿרומע ייִדן אױף דער ייִ“װ?
צי זײַנען דאָ אָרטאָדאָקסישע און/אָדער עגאַליטאַרישע מנינים?
װאָס איז די ייִדיש-װאָך? (ייִ“װ)
זי איז די אײנציקע גאַנצװאָכיקע אונטערנעמונג װאָס װערט אַדורכגעפֿירט אין גאַנצן אױף ייִדיש. קנאַפּע 180 מענטשן פֿון אַרום דער װעלט קומען זיך צונױף יעדן אױגוסט כּדי צו װױנען אין “ייִדיש־לאַנד”, װוּ מע קען זיך אױסלעבן אױף מאַמע־לשון. די ייִ“װ איז אונטערן רשות פֿון יוגנטרוף – יוגנט פֿאַר ייִדיש. ס’איז שױן העכער 30 יאָר װי די ייִ“װ קומט פֿאָר. מע באַצײכנט די ייִ“װ װי אַ געמיש פֿון װוּדסטאָק און אַ קיבוץ – נאָר אָן דער נאַרקאָטיק און רעשיקער מוזיק – װײַל די ייִ“װ שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אַמתן ציבור אין פֿולסטן זין פֿון װאָרט. יעדער מעג צושטעלן אַ פּלײצע מיט זײַנע טאַלאַנטן, קענטענישן און פֿעיִקײטן. די הױפּט־מומחים און טאַלאַנטן פֿון דער ייִדיש־װעלט קומען אױף דער ייִ“װ – איז די פּראָגראַם אַן ערשטלאַסיקע. אין דער ייִ“װ באַטײליקן זיך סײַ יונגטלעכע, סײַ גײַסטיק יונגע. זי דיסקרימינירט ניט צוליב רעליגיע, ראַסע אָדער פּאָליטישער אָנגעהעריקײט, נאָר מיט דעם, װאָס מע זאָל זײַן גרײט צו רעדן ייִדיש אַ גאַנצע װאָך.
ייִדיש־קענטעניש
איך קען ניט לײענען אָדער שרײַבן ייִדיש. מעג איך דאָך קומען אױף דער ייִ“װ?
יאָ! די אינפֿאָרמאַציע אױף דער ייִ“װ גופֿא שרײַבט מען סײַ אױף ייִדיש (מיט ייִדישע אותיות) סײַ אױף טראַנסליטעראַציע (ייִדיש מיט ענגלישע אותיות).
ס’איז שױן יאָרן װי כ’רעד ניט קײן ייִדיש װאָרט, אָבער איך פֿאַרשטײ אַלץ. מעג איך דאָך קומען?
ס’איז דאָ סײַ אַ פּשוטער ענטפֿער, סײַ אַ קאָמפּליצירטער.
1. דער פּשוטער ענטפֿער. שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אײנעם פֿון די ייִ“װ־אָרגאַניזירערס. מע װעט מיט אײַך פֿאַרפֿירן אַ שמועס אױף ייִדיש און דערמיט זיך דערװיסן, צי די ייִ“װ איז פּאַסיק פֿאַר אײַך.
2. דער קאָמפּליצירטער ענטפֿער. אױף דער ייִ“װ איז דאָס רעדן ייִדיש ניט װייניקער װיכטיק װי דאָס פֿאַרשטײן. יעדער װאָס קומט דאַרף סײַ קענען, סײַ װעלן רעדן ייִדיש. אױב איר רעדט ניט קײן ייִדיש װאָרט שױן װיפֿל יאָרן, לייגט זיך אױפֿן שׂכל אַז עס װעט אײַך אָנקומען אַזױ פֿיל שװערער זיך װידער צו צערעדן פֿון דאָס נײַ. עס װאָלט דאָך פֿאַרשטערט דעם ציל פֿון דער ייִ“װ, װען מענטשן זאָלן קומען און רעדן ענגליש (אָדער רוסיש וכדומה). דער עיקר–ציל פֿון דער ייִ“װ איז אַז מען זאָל פֿאַרברענגען (כאָטש) אײן װאָך אַ יאָר אױף אַ פּלאַץ װוּ יעדער רעדט נאָר ייִדיש. מיר װאָלטן רעקאָמענדירט, איר זאָלט זוכן ייִדיש־קורסן, ייִדיש־קאָמפּאַקטלאַך, ייִדיש־שמועסקרײַזן (“װינקלען”) און פּריװאַטע ייִדיש־לערערס. הײבט אָן רעדן ייִדיש מיט מענטשן װאָס האָבן ליב די שפּראַך, און נאָך עטלעכע חדשים רעדן אַלץ מער מאַמע־לשון, װעט איר זיך װידער אײַנגעװױנען. אױף דער מדרגה װאָלט איר געקענט סײַ הנאה האָבן אױף דער ייִ“װ, סײַ ניט שטערן יענעמס ייִ“װ-איבערלעבונג
דעם זומער זיץ איך אין אַן אָנהײבער־ייִדיש־קורס. איז די ייִ“װ פּאַסיק פֿאַר מיר?
אױב דער אָנהײבער־ייִדיש־קורס איז אױף אײנער פֿון די אינטענסיװע זומער־פּראָגראַמען ־־ װי, למשל, די זומער־פּראָגראַם א”נ אוריִאל װײַנרײַך בײַם נױ־יאָרקער אוניװערסיטעט ־־ קען מען אָננעמען אַז איר לערנט זיך ייִדיש אין דער טיף, אין דער לענג, און דער ברײט. אין דעם פֿאַל װאָלט די ייִ“װ געװען דער לאָגישער װײַטערדיקער טריט.
2. אױב דער אָנהײבער־ייִדיש־קורס טרעפֿט זיך, װידער, אײן מאָל אַ װאָך אױף אַָנדערטהאַלבן שעה, קען מען אָננעמען אַז איר װעט ניט זײַן גרײט אױף דער ייִ“װ, סײַדן איר לערנט זיך ייִדיש פֿאַר זיך אַלײן אױך. נאָך אַ מאָל: רעדט מיט די אָרגאַניזירערס זיך צו דערװיסן, אױב איר קענט טאַקע פֿירן אַ שמועס אױף מאַמע־לשון.
מעג מען כאָטש רעדן ענגליש כּדי צו פֿרעגן: «װי זאָגט מען … אױף ייִדיש?»
יאָ.
דער מאַן/די פֿרױ קומט מיט מיט מיר. ער/זי רעדט ניט קײן ייִדיש, נאָר איך װעל אַלץ איבערזעצן פֿאַר זײ.
זײַט מוחל, אָבער די ייִ“װ איז נאָר פֿאַר ייִדיש־רעדערס. דער פּלאַץ אױף דער ייִ“װ איז זײער אַ באַגרענעצטער ־־ אָרט אױף 180 צום מערסטנס, און דאָס שױן מיט זײער װײניק פּריװאַטע צימערן. מיר קענען זיך פּשוט ניט פֿאַרגינען אַװעקצוגעבן די ערטער מענטשן װאָס װעלן ניט רעדן קײן ייִדיש.
די דעמאָגראַפֿיק
װאָס פֿאַר אַ מין מענטשן קומען אױף דער ייִ“װ?
אַלע מינים. יעדער עלטער, פֿון פּיצלעך קינדער ביז בני־שמונים. פֿרומע און װעלטלעכע. אָרטאָדאָקסישע און עגאַליטאַרישע. ס’רובֿ ייִדן, כאָטש אױך ניט־ייִדן. פֿרײַלײדיקע, פּאָרפֿעלקער, פּאָרלעך, אַלמנות, אַלמנס, עלטערן מיט צי אָן די קינדער, און חתונה־געהאַטע אָן צי מיט די פֿרױען/מענער. זײ קומען אַזש פֿון אױסטראַליע און פֿון גאָר ניט װײַט, װי הוסאַטאָניק, מאַס’.
עס װעלן קומען מענטשן אין מײַן עלטער?
אין װאָס פֿאַר אַן עלטער איר זאָלט ניט זײַן, זײַנען דאָ מענטשן אין אײַער עלטער אױף דער ייִ“װ.
עס זײַנען דאָ קינדער, קאַלעדזש־ און גראַדויִר־סטודענטן, און מענטשן אין די 30ער, 40ער, 50ער, 60ער, 70ער, און 80ער.
עס קומען אױך אַנדערע ניט־חתונה־געהאַטע אױף דער ייִ“װ?
זעט דעם ענטפֿער אױף «װאָס פֿאַר אַ מין מענטשן…?» דאָ אױבן.
די אַקטיװיטעטן
װאָס פֿאַר אַ מין אַקטיװיטעטן װעלן זײַן?
צום אַלעם ערשטן איז אַװדאי אַלץ אױף ייִדיש. יעדן פֿרימאָרגן (חוץ שבת) זײַנען דאָ צװײ אַקטיװיטעטן, און צו מאָל נאָך מער ברירות, אַרײַנגערעכנט רעפֿעראַטן, שמועסן, װאַרשטאַטן, קאָמפּיוטער־קרײַזן, ייִדיש־קלאַסן. טײל מאָל זײַנען די רעפֿעראַטן און שמועסן אױף ייִדישע טעמעס, טײל מאָל אױף ייִדיש־טעמעס, און טײל מאָל אױף אַ טעמע װאָס האָט ניט קײן שײַכות מיט ייִדישקײט בכלל (װי דער גענאָם). באַלד נאָך מיטאָג איז דאָ אַ דריטע אַזאַ אַקטיװיטעט. פֿון אַ 2:30 אָן, קען מען שװימען (סײַ אין אָזערע, סײַ אין שװימבאַסײן), זיך שיפֿלען (װעסלע־שיפֿלעך און טרעטל־שיפֿלעך), זיך שיפֿלען אין הילקע־פּילקע, נעצבאָל און קױשבאָל און הערן אַ משניות/גמרא־שיעור. אין אָװנט זײַנען דאָ לאַגער־פֿײַערן, טאַלאַנטאַרניעס, קאָנצערטן, פֿילמען, שפּילן װערטערשפּילן און קלעזמערטענץ. דאָס זײַנען די באַשטימטע אַקטיװיטעטן. עס איז אױך אַלע מאָל דאָ צײַט אױף צו שמועסן, זיך אָפּרוען, לײענען, שרײַבן אָדער לערנען זיך.
צי מוז איך גײן אױף יעדער אַקטיװיטעט?
מע מעג גײן אױף װיפֿל נאָר עס גלוסט זיך.
טײל קומען אױף דער ייִ“װ װײַל זײ װילן זיך אױסשפּאַנען, לײענען ביכער, גײן שװימען אאַ”װ אױף אַ פּלאַץ װוּ יעדער רעדט ייִדיש. טײל קומען װײַל זײ װילן אַרײַנכאַפּן יעדן רעפֿעראַט און דיסקוסיע װאָס זײ קענען נאָר.
װאָסערע מינים אַקטיװיטעטן װעלן זײַן פֿאַר מײַן קינד?
מיר בעטן אײַך נישט מיטצוברענגען אײַער קינד אױב ער/זי רעדט נישט קײַן ייִדיש אָדער איז נישט גרײט זיך צו שפּילן אױף ייִדיש מיט אַנדערע קינדער. טאָמער קען אײַער קינד שױן רעדן ייִדיש נישקשה, זײַנען דאָ *אַ סך* אַקטיװיטעטן פֿאַר אײַער קינד. טאָמער װילט איר אָבער אײַער קינד זאָל זיך אָנהײבן לערנען ייִדיש, זוכט ייִדיש־קלאַסן, ייִדיש־טאַשמעס און פּריװאַטע ייִדיש־לערערס פֿאַר אײַער קינד. אױב איר קענט אַלײן ייִדיש, הײבט אָן עס אַרײַנצופֿלעכטן אין אײַערע טאָג-טעגלעכע באַציִונגען מיטן קינד. נאָך עטלעכע חדשים װעט דאָס קינד אַלץ מער פֿאַרשטײן און װעט מיט דער צײַט קענען אַלץ מער ענטפֿערן. װען דאָס קינד קען שױן פֿאַרשטײן אַלץ און רעדן כאָטש אַ הינקעדיק ייִדיש, װאָלט ער/זי שױן געקענט הנאה האָבן און זיך אױסלעבן אױף דער ייִ“װ
עס זײַנען אױך דאָ ייִדיש־קלאַסן פֿאַר אָנהײבערס?
נײן.
צי קען מען מיך פֿאַרבעטן צו האַלטן אַ רעדע / שפּילן / אויפֿטרעטן אױף דער בינע?
זיכער. יעדער װאָס פֿירט אָן מיט אַן אַקטיװיטעט אױף דער ייִ“װ טוט עס פֿרײַװיליק. די ייִ“װ איז אַ הײמישע סבֿיבֿה. די ייִ“װ דינגט ניט קײן לעקטאָרן אָדער קינסטלערס. די ייִ“װ צאָלט ניט פֿאַר די צימערן פֿון די װאָס האַלטן רעפֿעראַטן און טרעטן אויף אױף דער בינע. אָבער אַזױ װי אױף דער ייִ“װ קומען אַ סך גרױסע ייִדיש־מומחים און ־טאַלאַנטן, איז די פּראָגראַם תּמיד אַן ערשטקלאַסיקע.
איר קענט מיר שיקן אַ צײַטפּלאַן פֿון אַקטיװיטעטן?
נײן. די אַקטיװיטעטן באַשטימט מען נאָר נאָך דעם װי יעדער האָט זיך פֿאַרשריבן. דעמאָלט זעט דער קאָאָרדינירער װער עס האָט װאָלונטירט אױף אָנצופֿירן מיט אַקטיװיטעטן און װעלכע אַקטיװיטעטן מע האָט װאָלונטירט אָנצופֿירן. דעם צײַטפּלאַן פֿאַרענדיקט מען געװײנטלעך אין מיטן אױגוסט. טאָמער װילט איר אָבער, איז דאָ אױפֿן װעבזײַטל אַ פֿאַראַיאָריקער צײַטפּלאַן װאָס איר קענט איבערקוקן.
דאָס רעגיסטרירן זיך
צי מוז מען קומען אױף דער גאַנצער װאָך?
נײן. מע מעג קומען אַפֿילו אױף נאָר אײן מאָלצײַט. קוקט נאָך אַלע ברירות אױפֿן רעגיסטריר־בױגן אױפֿן װעבזײַטל.
פֿאַר װאָס איז דער טאָגפּרײַז העכער במשך פֿון סוף־װאָך?
אָנבאָט און נאָכפֿרעג. אין די װאָכנטעג איז אַלע מאָל דאָ איבעריקער פּלאַץ, נאָר שבת־זונטיק איז קאָפּ אױף קאָפּ.
פֿאַר װאָס איז דער פּרײַז אױף דער גאַנצער װאָך ביליקער אין טײל פֿאַלן װי דער פּרײַז אױף דרײַ טעג?
װען אײנע(ר) קומט נאָר אױף עטלעכע טעג, פֿאַרנעמט ער/זי אַ פּלאַץ װאָס מע װאָלט אַנדערש גענוצט אױף דער גאַנצער װאָך. איז אונדז ליבער די באַטײליקטע זאָלן זײַן גאַנצװאָכניקעס.
מעג איך זיך טײלן מיט עמעצן («טײַם־שײר»), אַזױ אַז איך צאָל פֿאַרן צימער אױף אַ האַלבער װאָך און יענער צאָלט אױף דער צװײטער העלפֿט?
נײן.
איך האָב אַ זומער־דאַטשע לעבן דער קאָלאָניע. איז דאָ אַ ספּעציעלער פּרײַז פֿאַר צופֿאָרערס?
יאָ. זעט די פּרײַזן אין דעם הײַיאָריקן ייִ“װ־רעגיסטריר־בריװ.
עס זײַנען דאָ הנחות פֿאַר סטודענטן? פֿאַר עלטערע לײַט? פֿאַר װײַטפֿאָרערס?
1) פֿאַר סטודענטן, נישט אינעם רעגיסטריר־בױגן, נאָר עס זײַנען דאָ מעגלעכע סטיפּענדיעס. זײַט אַזױ גוט און װענדט זיך צו yvokh@yugntruf.org.
(2) פֿאַר עלטערע לײַט ־־ נײן.
(3) פֿאַר װײַטפֿאָרערס ־־ נײן, אָבער מיר מוטיקן אײַך צו זוכן שטיץ פֿון אײַער אָרטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס ־ עס איז שױן געשען אין דער פֿאַרגאַנגנהײַט אַז מען האָט געקענט קומען צוליב אַזאַ שטיץ.
צי מעג איך שױן אַרײַנשיקן מײַן רעגיסטריר־בױגן איצט און צאָלן שפּעטער?
דער אױסגעפֿילטער רעגיסטריר־בױגן גילט נאָר מיטן אָפּצאָל. שיקט זײ אין אײנעם.
צי מעג איך פּשוט איצט צאָלן אַן אַדערױף און צאָלן דאָס איבעריקע שפּעטער?
נײן. צאָלט די גאַנצע סומע װי צום גיכסטן, צוזאַמען מיט דעם רעגיסטריר־בױגן. טאָמער האָט איר נאָך ניט באַצאָלט אײַער הײַיאָריק מיטגלידגעלט, רעכנט דאָס אױך צו אין טשעק.
װי שפּעט קען איך באַשליסן אַז איך װיל קומען אױף דער הײַיאָריקער ייִ“װ?
מע קען װאַרטן װי לאַנג מע װיל, נאָר דורכױס אױף דער אײגענער ריזיקע.
ס’איז אױך דאָ אַ צוצאָל פֿון $75 פֿאַר יעדן, װאָס פֿאַרשרײַבט זיך נאָכן 1טן אױגוסט.
עס זײַנען דאָ נאָר אַ 180 ערטער, און באַגרײניצטע גאָר־שײנע צימערן, קען זיך טרעפֿן אַז אַלץ זאָל פֿאַרנומען װערן העט פֿאַר דער ייִ“װ. פֿון דער צװײטער זײַט: (1) זײַנען אױך אַ מאָל דאָ אַנולירונגען אין אױגוסט; (2) טאָמער האָט מען אַן אױטאָ און מע קען און װיל מיטברענגען, און נעכטיקן אין אַ געצעלט, אָדער טאָמער װיל מען צופֿאָרן קען מען זיך אפֿשר פֿאַרשרײַבן אין דער לעצטער מינוט, כאָטש מיר רעקאָמענדירן עס ניט; און (3) טאָמער קומט איר נאָר אױף אַ טאָג־צװײ במשך פֿון די װאָכנטעג קענען מיר אײַך אפֿשר אין דעם פֿאַל גאַנץ שפּעט אױך אַרײַנקװעטשן.
פֿאַרשרײַבט זיך װאָס גיכער. מע װעט אײַך לאָזן װיסן טאָמער קען מען ניט נאָכקומען אײַער צימער־בקשה
צי מעג איך פֿאַרבעטן אַ גאַסט אױף אַ מאָלצײַט?
יעדער גאַסט אױף אַ מאָלצײַט װעט אױף דעם מאָלצײַט צאָלן יוגנטרוף אַ בײַשטײַער פֿון $25.
װער װעט זײַן מײַן מיטװױנער? כ’זאָרג זיך טאָמער זײַנען מיר ניט צוגעפּאַסט.
די אָרגאַניזירערס פּרוּװן זיך דערװיסן װעגן די מענטשן װאָס בעטן מיטװױנערס ,און מע מאַכט אַ שידוך לױט דער דאָזיקער אינפֿאָרמאַציע. דער עלטער איז אײן באַשטימיקער פֿאַקטאָר ־־ פּאָרט מען געװײנטלעך צונױף מענטשן אין אײן עלטער. נאָך אײן פֿאַקטאָר קען זײַן די ייִדיש־מדרגה: אַ מאָל בעט אַ שװאַכערער ייִדיש־רעדער, מע זאָל אים צונױפֿפּאָרן מיט אַ צװײטן װאָס רעדט פֿליסיק, און אױב מע געפֿינט אַזאַ װאָס איז מסכּים דערצו, איז אָפּגערעדט.
לגבי רײכערן: ס’איז יעדן פֿאַרװערט דאָס רײכערן, סײַ אין די בינינים, סײַ אױף די װעראַנדעס.
כ’האָב שױן באַצאָלט מײַן מיטגלידגעלט פֿאַר אַ יאָרן. פֿאַר װאָס דאַרף איך װידער צאָלן?
דאָס יוגנטרוף־מיטגלידגעלט, װי בײַ ס’רובֿ אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, איז חל יאָר־אײַן יאָר־אױס. אַ באַצאָלטער מיטגליד איז נאָר דער, װאָס האָט שױן באַצאָלט דאָס הײַיאָריקע מיטגלידגעלט. יעדער דערװאַקסענער װאָס קומט אױף דער ייִ“װ מוז זײַן אַ באַצאָלטער מיטגליד.
דער פּלאַץ און דער טראַנספּאָרט
בײַם קוץ־לאַגער:
URJ Kutz Campus, 46 Bowen Road, Warwick, NY 10990, USA
װאָס זײַנען די טעלעפֿאָן־ און פֿאַקס־נומערן אין דער זומער־קאָלאָניע?
טעלעפֿאָן: (845)987־6300; פֿאַקס: (845)986־7185
װוּ געפֿינט זיך דאָס נאָענטסטע לופֿטפֿעלד? װי קומט מען אָן פֿון יענעם לופֿטפֿעלד צו דער ייִ“װ?
נואַרק, לאַ גװאַרדיע און דזשײ־עפֿ־קײ זײַנען אַלע גאַנץ נאָװנט.
פֿון נואַרק, זאָלט איר פֿאָרן מיטן ‘ערטרײן’ קײן פּען־סטײשאָן, און שפּאַצירן אָדער ציפֿאָרן מיט דער אונטערבאַן קײן פּאָרט־אָטאָריטי.
פֿון לאַ גװאַרדיע זאָלט איר פֿאָרן מיטן M60 אױטאָבוס קײן 106טע גאַס און בראָדװײ, און פֿון דאָרטן ציפֿאָרן מיט דער E באַן קײן פּאָרט אָטאָריטי.
פֿון דזשײ־עפֿ־קײ זאָלט איר פֿאָרן מיטן ‘ערטרײן’ קײן דזשאַמײקע סטאַנציע און פֿאָרן מיט דער E באַן קײן פּאָרט־אָטאָריטי.
פֿון פּאָרט־אָטאָריטי קען מען פֿאָרן מיטן 197 אױטאָבוס קײן װאָרװיק, װאָס דאָס איז נאָר 5 מינוט אַװעק פֿונעם לאַגער. אױב איר לאָזט אונדז װיסן אין פֿאָרױס, װעלן מיר אײַך קענען אָפּנעמען פֿון דער סטאַנציע. גיט אַ קװעטש דאָ פֿאַר װײַטערדיקע פּרטים.
װעלעכס ניו־יאָרקער לופֿטפֿעלד איז דאָס נאָענטסטע פֿון ייִ“װ־בוס װאָס פֿאָרט אָפּ לעבן פּען-סטאַנציע, אױף 30סטע גאַס צװישן דער 7טער און 8טער עװעניו, מאַנהעטן?
לאַגװאַרדיע־לופֿטפֿעלד ־־ אַ מינוט 20 אָן טראַפֿיק. קענעדי און נואַרק ־־ אַ מינוט 40 אָן טראַפֿיק.
אױב מײַן עראָפּלאַן קומט צו פֿליִען דעם אָװנט אײדער עס הײבט זיך אָן די ייִ“װ, בײַ װעמען קען איך אײַנשטײן?
מיר קענען אױסגעפֿינען במשך פֿון זומער אױב עס זײַנען דאָ בעלנים צו זײַן גאַסטגעבער. טאָמער ניט, װאָלט איר געדאַרפֿט אײַנשטײן אין אַ האָטעל אױפֿן אײגענעם חשבון.
צי װעט מען מיך קענען אָפּנעמען פֿון לופֿטפֿעלד?
צום באַדױערן קענען מיר אײַך נישט אָפּנעמען פֿונעם פֿליפֿעלד, אָבער מען קען זײער לײַכט צוקומען צום לאַגער מיט עפֿנטלעכע טראַנצפּאָרט. גיט אַ קװעטש דאָ פֿאַר װײַטערדיקע פּרטים.
מעג איך דינגען אַן אױטאָ און אַהינפֿאָרן?
זיכער. עס איז דאָ אַן ענטערפּרײַז־רענט־אַ־קאַר אָפֿיס נאָר 5 מינוט אַװעק פֿונעם לאַגער, קענט איר דינגען אַן אױטאָ פֿון זײ פֿון װעלכע פֿליפֿעלד עס זאָל ניט זײַן, עס צוריקגעבן װען איר קומט אָן אין לאַגער, און װידער דינגען און צוריקגעבן אין פֿליפֿעלד צום סוף פֿון דער װאָך.
אױב ניט דער לאַנגער פֿאָר, ניט די הוצאה זײַנען אַ מניעה, און איר האַלט אַז איר װעט דאַרפֿן קומען און אַװעק פֿון דער ייִ“װ במשך פֿון דער ייִ“װ, קען דאָס דינגען אַן אױטאָ פֿאַרגרינגערן אײַך דאָס לעבן.
איר קענט מיר צושיקן פֿאָר־אינסטרוקציעס מיטן אױטא?
זײ װעלן זײַן אױפֿן װעבזײַטל. מע װעט זײ אַרױסשיקן אָנהײב אױגוסט צו די פֿאַרשריבענע אױף דער ייִ“װ װאָס האָבן ניט קײן צוטריט צו דער אינטערנעץ.
װי לאַנג געדױערט אַהינצופֿאָרן מיט אַן אױטאָ פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק?
אַז מע פֿאָרט מיט אַ דורכשניטלעכער גיכקײט, אַן ערך אַנדערטהאַלב שעה פֿון מידטאַון־מאַנהעטן
אױב עס דאַכט זיך מיר, אַז איך װעל פֿאַרשפּעטיקן דעם ייִ“װ־בוס, װאָס זאָל איך טאָן? װעמען זאָל איך אָנקלינגען?
די אינפֿאָרמאַציע װעט איר געפֿינען אין בריװ װאָס מע װעט צעשיקן אָנהײב אױגוסט, סײַ עלעקטראָניש סײַ מיט דער סתּם פּאָסט, יעדן װאָס װעט זיך ביז דעמאָלט האָבן פֿאַרשריבן.
װוּ געפֿינט זיך די נאָענטסטע אױטאָבוס־סטאַנציע צו דער ייִ“װ? װיפֿל קאָסט דער אױטאָבוס?
די נאָענסטע איז די װאָרװיק־פּאַרק־ענד־רײַד, װאָס פֿון דאָרטן פֿאָרט אָפּ דער 197 אױטאָבוס קײן ניו־יאָרק גאַנץ אָפֿט. דער אױטאָבוס קאָסט $14.75 פֿאַר דערװאַקסענע און $6.50 פֿאַר קינדער און עלטערע לײַט.
װעט מען מיך קענען אָפּנעמען װען נאָר איך װיל פֿון דער באַנסטאַנציע?
יעדן טאָג װעט אַן אױטאָ פֿאָרן צו דער סטאַנציע צום מערסטנס צװײ מאָל, איז אױב דו פּלאַנירסט אָנצוקומען מיט עפֿנטלעכע טראַנצפּאָרט, שיקט אַ בליצל צו yvokh@yugntruf.org, װעט מען צום בעסטן קענען באַשטימען די צײַטן. אױב איר קומט אָן אין אַן אַנדער צײַט װעט איר מוזן אַלײן אָנקומען צום לאַגער, אָבער די סטאַנציע איז נאָר 5 מינוט אַװעק פֿונעם לאַגער.
כ’דאַרף פֿרי אַװעק. מע װעט מיך קענען צופֿירן צו דער סטאַנציע װען איך װיל?
זעט דעם ענטפֿער אױף «װעט מען מיך קענען אָפּנעמען…» דאָ אױבן.
קען איך כאַפּן אַ פֿלי אַהײם 3:30 בײַ טאָג דעם לעצטן טאָג פֿון דער ייִ“װ?
אױב איר פֿאָרט מיט אײַער אײגן אױטאָ, איז יאָ. אָבער צוליבן טראַפֿיק אוד”גל, קען מען ניט פֿאָרױסזען װען דער ייִ“װ־בוס װעט קומען צו פֿאָרן אין פּאָרט־אַטאָריטי. טאָ פּלאַנירט ניט קײן פֿלי אַהײם דעם לעצטן טאָג פֿון דער ייִ“װ פֿריִער פֿון 5:30 פֿון לאַגװאַרדיע אָדער פֿריִער פֿון 6:00 פֿון קענעדי אָדער נואַרק. טאָמער מאַכט איר אַ פֿלי־רעזערװאַציע פֿריִער פֿון יענע צײַטן אױף יענער דאַטע, טוט איר עס אױף דער אײגענער ריזיקע.
מע דאַרף מיך אָפּנעמען פֿון איבערלאָז־פּונקט צוריק װעגס. װוּ פּינקטלעך און װיפֿל אַ זײגער זאָל מען טרעפֿן דעם בוס?
אױסער פּען-סטאַנציִיע, אױף 7טע-עװעניו צװישן 31סטע און 32סטע גאַסן, מאַנהעטן
דאָס עסן
יאָ. אױף דעם ענטפֿערט מען באַריכות אונטער «כּשרות און פֿרומקײט» דאָ אונטן.
ס’איז געזונט, ס’איז כּשר און ס’איז געשמאַק.
קען אַ װעגעטאַריער זיך אַן עצה געבן?
אַװדאי. עס זײַנען דאָ װעגעטאַרישע ברירות אױף יעדן פֿלײשיקן מאָלצײַט.
כּשרות און פֿרומקײט
אַן אָרטאָדאָקסישער משגיח כּשרט די קיך דעם טאָג פֿאַר דער ייִ“װ. די שפּײַז װאָס מע עסט במשך פֿון דער װאָך האָט נאָר די װײַט פֿאַרשפּרײטסטע הכשרים בײַ פֿרומע ייִדן. די פּראָדוקטן מיט הכשרים, װאָס װערן ניט אָנגענומען פֿון אַ צאָל פֿרומע ייִדן ־־ דהײַנו: «קײ», דרײַעק־קײ», האַלבע־לבֿנה־קײ» און פֿירעק־»קײ» ־־ ניצט מען ניט במשך פֿון דער װאָך. דערצו איז אױך דאָ אױפֿן אָרט אַן אָרטאָדאָקסישער משגיח אַ גאַנצע װאָך. דאָס פֿלײשיקס איז גלאַט כּשר, אָבער דאָס מילכיקס איז ניט חלבֿ-ישׂראל.
צי קומען פֿרומע ייִדן אױף דער ייִ“װ?
יאָ. געװײנטלעך זײַנען אַ 10 פּראָצענט פֿון די באַטײליקטע פֿרומע.
צי זײַנען דאָ אָרטאָדאָקסישע און/אָדער עגאַליטאַרישע מנינים?
אַלע יאָר איז שבת דאָ אַ מנין, סײַ אַן אָרטאָדאָקסישער סײַ אַן עגאַליטאַרישער, סײַ פֿרײַטיק צו נאַכטס סײַ שבת אין דער פֿרי. װיכטיק איז צו באַמערקן, אַז בײדע מנינים האַלט מען נאָר װען עס זײַנען דאָ באַטײליקטע, װאָס נעמען זיך אונטער אין פֿאָרױס די אָרגאַניזיר־אַרבעט.