אַן אױסערגעװײנטלעכע געלעגנהײט פֿאַר ייִדיש־לערערס:
אַן אײן־װאָכיקער ייִדיש־לערער־סעמינאַר אין אַ דורכױס ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה
פֿולע סטיפּענדיעס אױף צו באַטײליקן זיך אין פּעדאַגאָגישע װאַרשטאַטן
אױף יוגנטרוף’ס ייִדיש־װאָך אין די ניו־יאָרקער בערקשיר־בערג (דעם 25סטן
ביזן 31סטן אױגוסט 2009)
ביז 10 לערערס װאָס פֿירן איצט אָן מיט ייִדיש־קלאַסן/גרופּעס פֿון
קינדער אָדער דערװאַקסענע װעלן קענען:

- אַרומרעדן פּעדאַגאָגישע ענינים מיט אַנדערע אַקטיװע ייִדיש־לערערס
- אָנפֿירן מיט מוסטער־לעקציעס פֿאַר די באַטײליקטע אױף דער ייִדיש־װאָך
- באַרײַכערן די אײגענע שפּראַך־ און קולטור־קענטענישן דורך אָנטײל נעמען אין די אַקטיװיטעטן פֿון דער ייִדיש־װאָך
- פֿאַרברענגען אױף דאַטשע אין די שײנע בערקשיר־בערג אין אַ דורכױס ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה.
סטיפּענדיעס װעלן אױסגעטײלט װערן צו ניט מער װי 10 באַטײליקטע און װעלן
דעקן די הוצאות פֿון דער ייִדיש־װאָך (צימער און מאָלצײַטן).
די פּראָגראַם װערט געשטיצט דורך די פֿרײַנד פֿון די ייִדיש־װעלטלעכע
שולן אין צפֿון־אַמעריקע, אַרכיװ אין
סטענפֿאָרד־אוניװערסיטעט־ביבליִאָטעקן. פּראָגראַם־דירעקטאָר: ברוכה
כּפּלן
אױף צו באַקומען אַן אַפּליקאַציע זיך צו באַטײליקן אין דער פּראָגראַם,
שיקט אַ בליצבריװל צו ברוכה כּפּלנען (bcaplan7@jhu.edu).
אַפּליקאַציע־טערמין: דעם 30סטן יוני 2009.