English ייִדיש
די ייִדיש־װאָך
אױף דער ייִדיש־װאָך קומען צוזאַמען יעדעס יאָר אין סוף אױגוסט אַ 150 ייִדיש־רעדנדיקע פֿון איבער דער גאָרער װעלט בכדי צו פֿאַרברענגען אַ װאָך בלױז אױף ייִדיש. דאָרט קען מען אָנטײל נעמען אין כּל־המינים אַקטיװיטעטן׃ רעפֿעראַטן, מוזיק, ספּאָרט, טעאַטער, קונסט, וכו’, וכו’. און דער עולם איז זײער אַ פֿאַרשידנאַרטיקער׃ פֿון אַלע דורות, פֿרומע און פֿרײַע, ייִדן װי אױך נישט־ייִדן. די ייִדיש־װאָך קומט פֿאָר לעבן דעם שטעטל קאָפּײק אין אײבערשטאַט ניו־יאָרק.
ייִדיש־װאָך 2010
16טן – 22סטן אױגוסט
סבֿיבֿות
סבֿיבֿות זענען אַזעלעכע אומפֿאָרמעלע פֿאַרברענגנס װוּ ייִדיש רעדערס און סטודענטן קומען צוזאַמען און שמועסן, עסן, און באַקענען זיך אײנס מיטן אַנדערן. כּדי אױסצוגעפֿינען װען ס’װעלן פֿאָרקומען די קומעדיקע סבֿיבֿות, גיט אַ קוק אױף אונדזער גוגל קלאַענדאַר. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע אָדער אױב איר װאָלט זיך געװאָלט אונטערנעמען צו האַלטן אַ סבֿיבֿה בײַ זיך אין דער הײם, שיקט אַ בריװ אױף svives@yugntruf.org.
ייִדיש־ברײק
לײענט װעגן דעם ערשטן ייִדיש־ברײק אין שיקאַגע (פֿון סאָניאַ גאַלאַנץ)